Notice: Function _load_textdomain_just_in_time was called incorrectly. Translation loading for the rocket domain was triggered too early. This is usually an indicator for some code in the plugin or theme running too early. Translations should be loaded at the init action or later. Please see Debugging in WordPress for more information. (This message was added in version 6.7.0.) in /var/www/clients/client1/web56/web/wp-includes/functions.php on line 6114

Notice: Function _load_textdomain_just_in_time was called incorrectly. Translation loading for the wprss domain was triggered too early. This is usually an indicator for some code in the plugin or theme running too early. Translations should be loaded at the init action or later. Please see Debugging in WordPress for more information. (This message was added in version 6.7.0.) in /var/www/clients/client1/web56/web/wp-includes/functions.php on line 6114

Notice: Function _load_textdomain_just_in_time was called incorrectly. Translation loading for the wprss domain was triggered too early. This is usually an indicator for some code in the plugin or theme running too early. Translations should be loaded at the init action or later. Please see Debugging in WordPress for more information. (This message was added in version 6.7.0.) in /var/www/clients/client1/web56/web/wp-includes/functions.php on line 6114

Notice: Function _load_textdomain_just_in_time was called incorrectly. Translation loading for the wprss domain was triggered too early. This is usually an indicator for some code in the plugin or theme running too early. Translations should be loaded at the init action or later. Please see Debugging in WordPress for more information. (This message was added in version 6.7.0.) in /var/www/clients/client1/web56/web/wp-includes/functions.php on line 6114
Meet the Ukrainian translator of the song ‘Afn veg shteyt a boym’ | The jewish world seen by...

Meet the Ukrainian translator of the song ‘Afn veg shteyt a boym’

Views:

אין דער ייִדישער מוזיקװעלט האָט זיך באַװיזן אַ פּנים־חדשות: דער זינגער און מוזיקער אָלעס עמירם װאָלינטשיק. דער אוקראַיִנישער ייִד האָט געשאַפֿן אַ מוזיק־פּראָיעקט אױפֿן נאָמען „אוקראַ־ייִדיש“ און ערשט אַרױסגעלאָזט זײַן צװײטן ייִדיש־אוקראַיִנישן מוזיק־װידעאָ: אַן אוקראַיִנישע איבערזעצונג פֿון איציק מאַנגערס „אױפֿן װעג שטײט אַ בױם“. מיט עטלעכע װאָכן צוריק, סוף חודש אלול האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ פֿון אַן אוקראַיִנישן ליד „כּישופֿדיקע פֿידל“, איבערגעזעצט אויף ייִדיש, אינעם נוסח פֿון אַ ייִדישן טאַנגאָ.

„אוקראַ־ייִדיש“ אינספּירירט זיך פֿון דער דור־דורותדיקער שכנות און צונויפֿפֿלעכטונג פֿון דער ייִדישער און אוקראַיִנישער קולטור. אין אַן עקסקלוסיװן אינטערװיו פֿאַרן פֿאָרװערטס האָט װאָלינטשיק אָנגעװיזן, אַז דװקא אױפֿן „פֿרוכפּערדיקן באָדן“ פֿון דער אוקראַיִנישער קולטור האָט זיך די ייִדישע קולטור פֿונאַנדערגעבליט און צעװאַקסן. די לידער װאָס ער זעצט איבער פֿון אוקראַיִניש צי רוסיש אױף ייִדיש האָבן אָפֿט מחבר געװען ייִדישע דיכטער און קאָמפּאָזיטאָרן. אַזױ אַרום באַקומט זיך אַז װאָלינטשיקס איבערזעצונגען זײַנען טײל מאָל אַ השבֿת־אַבֿידה: ער ברענגט די לידער „צוריק אַהײם“, װי ער דריקט זיך אױס.

װאָלינטשיק האָט מיר דערקלערט אַז פֿאַר אים איז דאָס איבערזעצן לידער ניט בלױז אַ פּראָפֿעסיע, נאָר אַ שליחות — און פֿון די סאַמע נאַטירלעכסטע זאַכן. „מיט צען יאָר צוריק האָב איך אָנגעהױבן זיך צו לערנען אוקראַיִניש, און נאָך אַ חודש לערנען האָב איך שױן גענומען איבערזעצן לידער,“ האָט ער געזאָגט.

וואָלינטשיקס מוטערשפּראַך איז רוסיש. ער איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט דניפּראָ, מיזרח־אוקראַיִנע. ווען ער איז געווען צען יאָר אַלט האָט זיך די משפּחה איבערגעקליבן קײן דײַטשלאַנד, וווּ ער האָט געקראָגן אַ צװײטע מוטערשפּראַך — דײַטש. שפּעטער איז צוגעקומען אוקראַיִניש. מיט אַן ערך עלף יאָר צוריק האָט ער זיך סוף־כּל־סוף אױך אָנגעהױבן לערנען מאַמע־לשון, װי אַן אױטאָדידאַקט. אין זײַן משפּחה איז געװען אַן איבעררײַס פֿון צװײ דורות װאָס האָבן ניט גערעדט קײן ייִדיש, נאָר אין דער דײַטשישער הײמשטאָט זײַנער, קעלן, האָט ער געפֿונען אַ קלוב „מאַמע־לשון“ פֿון ייִדישע זקנים, װאָס מיט זײ האָט ער געקענט שמועסן. אױך נאָך קאָנצערטן האָט ער זיך װען ניט װען באַקענט מיט עלטערע לײַט װאָס רעדן ייִדיש.

מיטן ייִדישן לשון האָט װאָלינטשיק זיך פֿאַראינטערעסירט, װען ער האָט פֿאַרשטאַנען אַז „מײַן ערשטע און אײנציקע אידענטיטעט איז — צו זײַן אַ ייִד.“ מיט אַזאַ מסקנא האָט ער אָפּגעענטפֿערט אױף דעם אַרױסרוף פֿון זײַן דײַטשישן אַרום. לױטן דײַטשישן באַנעם האָט ער געקענט זײַן אָדער אַ דײַטש מיט ייִדישער רעליגיע אָדער אַ דײַטש מיט אוקראַיִנישע װאָרצלען. נאָר בײַ אים איז געװען קלאָר: אַז מע שמועסט נאַציאָנאַליטעט, איז פֿאַר אים דאָ נאָר אײן ריכטיקער ענטפֿער.

בשעת דער איצטיקער מלחמה אין ארץ־ישׂראל האָט ער דװקא געװאָלט שטיצן מדינת־ישׂראל און איז געפֿאָרן אַהין צוצוהעלפֿן אין אַ קיבוץ. „דעם דופֿק פֿון דער װעלט קען מען איצט אָנטאַפּן אין אוקראַיִנע און אין ארץ־ישׂראל,“ האָט װאָלינטשיק געזאָגט. „דאָרט װוּ ס׳גײט אָן אַ מלחמה, הײסט עס. דאָרט װערט דער גורל באַשײדט, און אונדזער דורס נײַע קולטור װערט געבױרן.“

אױך אין אוקראַיִנע איז ער געפֿאָרן עטלעכע מאָל זינט דעם רוסישן אָנפֿאַל אױפֿן לאַנד. אין 2023 און 2024 האָט ער רעקאָרדירט לידער אין לעמבערג, אָדעס, כאַרקעװ און דניפּראָ, אין אײנעם מיט אָרטיקע מוזיקערס, אוקראַיִנישע ייִדן.

אין דער שטאָט פֿון זײַן געבױרן, דניפּראָ, למשל, האָט ער רעקאָרדירט זײַן אוקראַיִנישן נוסח פֿון „אױפֿן װעג שטײט אַ בױם“. מע האָט אים געלאָזט אױסזינגען דאָס ליד אױפֿן דאַך פֿונעם „מנורה־צענטער“ — דעם גרעסטן ייִדישן קהילה־צענטער אױף דער גאָרער װעלט, װאָס איז פֿאַר אײן װעגס אַ חב״ד־הױז. דער לעצטער ליובאַװיטשער רבי ר׳ מנחם־מענדל שניאורסאָן האָט אין די קינדער־יאָרן געלעבט אין דניפּראָ (דעמאָלט: קאַטערינאָסלאַװ).

אין כאַרקעװ האָט װאָלינטשיק געשפּילט זײַן איבערזעצונג פֿון אַן אוקראַיִניש שטײגערליד, „אױ, אין װײַנשל־סאָד“, צוזאַמען מיטן קלאַרנעטיסט גענאַדי פֿאָמין. װאָלינטשיק האָט „פֿאַרטײַטשט און פֿאַרבעסערט“ דאָס טראַדיציאָנעלע פֿאָלקסליד און צוגעגעבן אַ ייִדישע האָראַ. דעם װידעאָ האָט מען רעקאָרדירט פֿאַרן באַרימטן מאָדערניסטישן בנין „דערזשפּראָם“, װאָס די רוסישע אַרמײ האָט דאָ ניט לאַנג באָמבאַרדירט.

דאָ אין װין װעט מען, אַגבֿ, אױפֿפֿירן דאָס ליד „אױ, אין װײַנשל־סאָד“ דעם קומענדיקן זונטיק, בשעתן פֿעסטיװאַל „קלעזמאָר“. עס װעט שפּילן דער אוקראַיִניש־ייִדישער אָרקעסטער „דרוזי“ („פֿרײַנד“) מיט דער פֿלײטיסטין דאַריאַ פֿאָמינאַ, גענאַדי פֿאָמינס טאָכטער, אין שפּיץ. פֿאָמינאַ איז אַנטלאָפֿן פֿון דער מלחמה און װױנט הײַנט, װי װאָלינטשיק, אין האַמבורג, דײַטשלאַנד.

דאָס ליד „בײַם שװאַרצן ים“ האָט װאָלינטשיק איבערגעזעצט פֿון רוסיש און טאַקע רעקאָרדירט בײַם ברעג פֿון שװאַרצן ים, אין אָדעס, אין אײנעם מיטן פֿידלער דמיטרי ראָטקין. אָט די װידעאָס מיט די פֿריש איבערגעזעצטע לידער װעלן אַרױס בקרובֿ.

הגם װאָלינטשיק האָט זיך אױסגעלערנט דאָס ייִדישע לשון ווי אַ דערוואַקסענער, האָט ער שױן קינדװײַז געהערט די פּלאַטעס פֿון די בערי־שװעסטער און זײ נאָכגעזונגען. הײַנט שפּילט ער ניט נאָר קאָנצערטן מיט ייִדישע לידער, נאָר טרעט אױך אַרױס לכּבֿוד חנוכּה, למשל, זינגענדיק ייִדישע לידער בשעת מע צינדט אָן די גרױסע חב״ד־מנורה אין צענטער שטאָט.

ווען איך האָב אים געפֿרעגט, װי אַזױ ס׳שפּילט זיך ייִדישע מוזיק אין דײַטשלאַנד, האָט ער געענטפֿערט, אַז „ס׳איז מיר שװער אױף דער נשמה װען איך שפּיל ייִדישע מוזיק אין דײַטשלאַנד.“

לעצטנס האָט מען אים אַ שטײגער געטשעפּעט מיט טענות, למאַי ער זאָגט זיך אַרױס פֿאַר מדינת־ישׂראל בשעת ער שפּילט אַ קאָנצערט. אַן אַנדער מאָל האָט זיך עמעצער באַקלאָגט, אַז ער האָט גערעדט װעגן דעם חורבן און ניט פֿריִער געװאָרנט דעם עולם אַז ער גײט רעדן װעגן אַזאַ טראַװמאַטישן ענין. „װען מע װיל הערן פֿון ייִדן, װיל מען הערן פֿון טױטע ייִדן, פֿון ייִדן אין די 1930ער יאָרן“, האָט װאָלינטשיק געזאָגט. „װײַזט אױס, אַז אױף אַ לעבעדיקן, הײַנטצײַטיקן ייִדן ריכט מען זיך ניט. מען איז ניט צוגעוויינט צו טרעפֿן אַן אמתן מענטשן אַ ייִדישן, װאָס האָט זיך זײַן שטײגער און זײַנע דעות.“

בשעת אָנדענק־צערעמאָניעס אין דײַטשלאַנד זאָגט מען אָפֿט, אַז די ייִדן װאָס דער ימח־שמו האָט גערודפֿט זײַנען דאָך געװען דײַטשן „פּוקנט אַזױנע װי מיר“. פֿאַר װאָלינטשיקן קלינגט דאָס שיִער ניט װי מע װאָלט געזאָגט אַז, אין תּוך אַרײַן, האָבן די נאַציס געהאַט אַ טעות: ס׳זײַנען דאָך געװען אײגענע, ניט קײן פֿרעמדע. איז האָט ער, װאָלינטשיק, זיך אױף צו־להכעיס אָפּגעזאָגט פֿון באַצייכענען זיך ווי אַ דײַטש.

אין שול װידער שטױסט ער זיך אָן אין אַן אַנדער מין שװעריקײט: רובֿ מנין און רובֿ בנין זײַנען אַרײַנגעפֿאָרענע פֿון אַמאָליקן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. „מע רעדט רוסיש, מען איז גוט אַסימילירט און מע האַלט פֿון רוסישער פּאָעזיע — פֿון סערגײ יעסענין, מאַרינאַ צװעטאַיעװאַ. אָבער אַז עמעצער קומט און זאָגט: ׳איך ברענג אײַך עפּעס װאָס איר קענט ניט, איכ׳ל אײַך דערצײלן עפּעס, למשל, װעגן אַזאַ פּאָעט װי דוד האָפֿשטײן, אונדזערערס אַ יעסענין׳ — הערט מען אים װי די ראַבע קאַץ.“

פֿאַרשטײט זיך, אַז אין זײַן מוזיקער־האַרץ איז דאָ אָרט אױך פֿאַר דער קולטור־ירושה פֿון אַנדערע פֿעלקער און פֿאַר לידער אױף אַנדערע לשונות. נאָר דאָס זינגען אױף ייִדיש איז בײַ אים נאָך אַלעמען אַן אױסדרוק פֿונעם זײַן אַ ייִד. װי ער גיט מיר איבער, איז אים גרינגער צו זײַן אַ זינגענדיקער ייִד דװקא אין לאַנד פֿון זײַן געבױרן.

זײַן פֿאָלקס אמתדיק הײמישער ערד, זאָגט ער, איז ארץ־הקודש, ניט געקוקט אױף דעם װאָס ער לעבט אין די תּפֿוצות. אַ תּושבֿ און אַ בירגער איז ער דאָך אין דײַטשלאַנד.

אָבער אין אוקראַיִנע פֿילט זיך אָלעס עמירם װאָלינטשיק פֿאָרט אין דער הײם. „װען כ׳האָב געהאַט אַ קאָנצערט אינעם קיִעװער שלום־עליכם־מוזײ, זײַנען געװען אַ סך ניט־ייִדן אינעם עולם, נאָר מיר האָבן זיך געקענט פֿאַרשטײן אױפֿן װוּנק,“ האָט ער געזאָגט.

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img