Emil Kalin’s Yiddish novel exposes divisions in the Israeli collective psyche

Views:

הערש גרינבערג, דער העלד פֿון עמיל קאַלינס נײַעם קורצן ראָמאַן „צוזאַמענבראָך“, איז אױפֿגעװאַקסן אין דער „הײמישער“ חרדישער סבֿיבֿה אין ירושלים אָבער שױן יונגערהײט איז ער אַראָפּ פֿונעם דרך. ער האָט זיך אױסגעלערנט אױף אַדװאָקאַט און האָט חתונה געהאַט. איצט האָט ער אַ קינד און אַ שטעלע אין אַ יורידישן ביוראָ. דאַכט זיך, אַלץ גײט בײַ אים גוט. אָבער הערש איז ניט גליקלעך: „איך האָב פֿאַרלױרן די אמונה און איך געהער נישט צו קײנעם ניט. איך טראָג זיך אַרום מיט אַן אײביקער פֿרעמדקײט אין זיך.“ אַזױ הײבט זיך אָן זײַן אונטערגאַנג.

ענלעך צו קאַלינס אַנדערע העלדן, טרעפֿן מיר הערשן אינעם מאָמענט פֿונעם גײַסטיקן קריזיס. זײַן אַדװאָקאַטישע אַרבעט איז אים נימאס געװאָרן, די באַציִונגען מיט דער פֿרױ זײַנען זױער, דאָס טעכטערל דענערװירט אים מיט אירע קאַפּריזן. ער װיל, מען זאָל אים לאָזן צו רו, און ער טראַכט צו ליגנערײַען פֿאַר דער פֿרױ, דעם בעל־הבית, און זײַנע טאַטע־מאַמע: „דער אמת איז געװאָרן מײַן ערגסטער שׂונא.“ זײַן חלום איז צו װערן אַ שרײַבער, אָבער זײַנע ליטעראַרישע פּרוּװן זײַנען אים אױך ניט צום האַרצן. סוף־כּל־סוף באַשליסט הערש צו פֿאַרלאָזן זײַן ווײַב און קינד און ציט זיך אַריבער צו זײַנע עלטערן אין ירושלים.

די הײליקע שטאָט ירושלים איז דער סאַמע פּאַסיקער שטח פֿאַר זוכענישן נאָך גאָט און נאָכן זין פֿונעם אײגענעם לעבן. הערש קומט דאָרט מיט האַרבע קשיות: „װאָס איז דער שׂכל פֿון אַלץ, װאָס ס’קומט פֿאָר אַרום מיר? װער איז גאָט און װאָס איז גאָט, און װאָס װיל ער אײגנטלעך פֿון אונדז, זײַנע קלײנע ברואים?“ ער האָפֿט, אַז זײַן שעפֿערישער טאַלאַנט װעט זיך אַנטפּלעקן אין ירושלים. זײַן כּװנה איז צו „שרײַבן נאָר װעגן װאָס עס טוט זיך צװישן די אױערן, װעגן דער אַנטװיקלונג פֿון גאָט אין דעם מענטש גופֿא.“

הערש לעבט אױף דער גרענעץ צװישן צװײ װעלטן, דער „הײמישער“ װעלט פֿון זײַן נעכטן און דער „פֿרײַער“ װעלט פֿון זײַן הײַנט, צװישן רוחניות און גשמיות, צװישן דער האַרבער װירקלעכקײט און ליטעראַרישע חלומות. דער אימאַזש פֿון גרענעץ דינט װי אַ מעטאַפֿאָר, װאָס באַשרײַבט ניט נאָר זײַן אינערלעכע צעשפּאַלטנקײט, נאָר אױך די שפּאַלטונגען אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט.

אין ירושלים טרעפֿט ער זײַנע חבֿרים און קרובֿים, װאָס זײַנען פֿאַרבליבן אין דער פֿרומער װעלט, װי אױך מיט נײַע, באָהעמישע טיפּן. זײ לעבן אױף די ראַנדן פֿון דער געזעלשאַפֿט, און אײניקע זײַנע פֿאַרטאָן אין קרומע געשעפֿטן, גנבֿות און שװינדלערײַ. „ס’אַ ירידת־הדורות, ירידה לצורך עליה“ (אונטערגאַנג פֿון דורות, אונטערגאַנג צוליב אױפֿקום), באַרעכטיקט אײנער אַ חבֿר זײַנער אַזאַ מין פֿירעכצן. און הערש געפֿינט אַן ענטפֿער אױף זײַנע קשיות: „מיר האָבן געשאַפֿן גאָט לױט אונדזער מאָס – אַ בײזן, אַ שמאָלקעפּיקן, אַן אַכזריותדיקן.“

קאַלין שילדערט סײַ מענטשן און סײַ לאַנדשאַפֿטן אָן קײן שום באַפּוצונג. ער איז אַ מײַסטער פֿון מעטאַפֿאָרישן אימאַזש, װאָס שאַפֿט אַ געהעריקע שטימונג. די שטאָט תּל־אָבֿיבֿ איז אַ מין לעבעדיקע, פֿיבערדיקע חיה, װאָס כאַפּט הערשן פֿעסט אַרום „מיט בײדע שװיציקע הענט.“ די אױטאָבוסן זײַנען „אומגעלימבערטע יבשה־שיפֿן, װאָס שנײַדן זיך קױם דורך אַ װעג אין דער ברױזנדיקער באַװעגונג.“ ער אַנטלױפֿט קײן ירושלים מיט אַ האָפֿענונג, „אַז ירושלים װעט מיך דערהײבן מיט זיך, אָבער דאָס פֿאַרקערטע איז געשען: ירושלים האָט מיך דערנידערט, אַראָפּגעשלעפּט מיט זיך אין בלאָטע.“

קאַלין איז אַ דורך און דורך ישׂראלדיקער שרײַבער, אָבער זײַן העלד איז אַ גילגול פֿון דער אײראָפּעיִשער ליטעראַטור. עס איז ניט צופֿעליק, װאָס הערש פּרוּװט שרײַבן אין אַ קאַפֿע, „ענלעך צו יענע גרױסע צװישן־מלחמהדיקע  שרײַבערס, װעלכע פֿלעגן שאַפֿן זײערע מײַסערװערק, אָפּזיצנדיק אין די קאַפֿעען.“ אָבער דער רעסולטאַט פֿון זײַן מי איז געװען אַ „נעבעכדיקער“. חוץ דעם, האָט מען אים געלאָזט פֿאַרשטײן, אַז ער מעג ניט זיצן צו לאַנג מיט אײן טעפּל קאַװע.

הערש איז אַ „תּלוש“, אַן אײנזאַמער אינטעליגענט אַ לא־יוצלח — אַ טיפּ װאָס איז געװען פּאָפּולער אין דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, בײַ אַזעלכע שרײַבער װי הערש־דוד נאָמבערג אָדער אהרן ראובֿני. די ציוניסטישע דענקער האָבן געהאַלטן, אַז דער דאָזיקער טיפּ איז געװען אַ פּראָדוקט פֿון גלות, אַ סימפּטאָם פֿון דער גײַסטיקער קראַנקײט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, װאָס מען װעט אױסהײלן דורך אױפֿבױען אַ ייִדישע מלוכה. אָבער װײַזט אױס, אַז דער טיפּ לעבט נאָך.

קאַלין האָט אָנגעהױבן דרוקן זײַן ראָמאַן אין המשכים אינעם ליטעראַרישן פּאָרטאַל „ייִדיש בראַנזשע“ אינעם יאָר 2022, אָבער פֿאַרענדיקט האָט ער אים דעם 14טן אָקטאָבער 2023, אײן װאָך נאָך דער קאַטאַסטראָפֿע פֿונעם 7טן אָקטאָבער. דעמאָלט האָט דער סיפּור־המעשׂה באַקומען אַ נײַעם קער, װאָס דער מחבר האָט מסתּמא ניט געהאַט אין זינען פֿון לכתּחילה. די ייִדישע טראַגעדיע האָט זיך אַרײַנגעבראָכן אין ליטעראַטור און אַ טרײסל געטאָן דעם פֿאַרשלאָפֿענעם הערש גרינבערג.

אין דער הקדמה שרײַבט באָריס סאַנדלער מיט רעכט, אַז „צוזאַמענבראָך“ איז „דאָס ערשטע גרעסערע װערק אין ייִדיש װעגן דעם ישׂראל־לעבן אין די לעצטע עטלעכע צענדליק יאָר.“ מען קען דערצו נאָך צוגעבן, אַז דאָס דאָזיקע בוך איז אױך אַ ראַיה, אַז די ישׂראלדיקע ליטעראַטור פֿאַרמאָגט עד־היום אַ לעבעדיקע ייִדישע בראַנזשע, אַן אײגענע טראַדיציע מיט טיפֿע װאָרצלען אין דער צװײשפּראַכיקער ייִדישער ליטעראַטור פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img