אַ סך ווערק פֿונעם רוסישן פּאָעט אַלעקסאַנדער פּושקין האָט מען איבערגעזעצט אויף ייִדיש Photo by Wikimedia Commons
דער צענטער באַנד אין דער אַקאַדעמישער סעריע “ייִדיש. אױסגאַבעס און פֿאָרשונג“, באַטיטלט “פֿרעמדע פֿלאַנצונגען אױף ייִדישן באָדן“, איז ממשיך די טעמע פֿון איבערזעצונג אין דער ייִדישער קולטור.
דער נײַנטער באַנד, װאָס איז אַרױס פֿאַר אַ יאָרן, איז געװען אַ זאַמלונג פֿון הײַנטיקע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אַרום דעם ענין איבערזעצונג. דער נײַער באַנד איז אַן אַנטאָלאָגיע פֿון 34 אָריגינעלע קריטישע עסײען פֿון ייִדישע ליטעראַטן, װאָס באַהאַנדלען די דאָזיקע טעמע. זײ זײַנען באַגלײט מיט צװײ װאָגיקע אַרטיקלען פֿון די רעדאַקטאָרשעס און פּראָפֿעסאָרשעס אפֿרת גל־עד פֿונעם דיסלדאָרפֿער אוניװערסיטעט און דאַריע װאַכרושאָװאַ, אוניװערסיטעט פֿון מינכען.
דאָס רובֿ טעקסטן שטאַמען פֿון פּױלן און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, און אַ פּאָר עסײען זײַנען פֿון אַמעריקע. זײ שפּיגלען אָפּ די רעלאַטיװ קורצע בלי־תּקופֿה פֿון איבערזעצערישער טעטיקײט אױף ייִדיש צװישן בײדע װעלט־מלחמות. דער ציל פֿון דער אַנטאָלאָגיע, שרײַבט פּראָפֿעסאָרשע גל־עד אין איר ייִדישער הקדמה, איז צו באַװײַזן „די פֿיל־מיניקײט פֿון צוגאַנגען און פּערספּעקטיװן אין איבערזעצונג־קריטיק“.
דער ערשטער און סאַמע קורצסטער אָפּטײל איז געװידמעט אײנעם פֿון די גרעסטע אױפֿטוען אױפֿן געביט פֿון איבערזעצונג אױף ייִדיש, יהואשעס תּנ״ך־איבערזעצונג. דאָס איז געװען אַ ריזיקער פּראָיעקט מיט אַן אַרומנעמיקן פֿאַרנעם. יהואש האָט דערקלערט אין דער הקדמה, אַז אַ תּנ״ך אין ייִדיש „דאַרף נישט אָנהײבן פֿון הײַנט אָדער נעכטן. ער דאַרף אַרײַננעמען אַלע אַלטפֿרענקישע זאַפֿטן פֿון די אַלטע ספֿרים. די גאַנצע אידיאָמאַטישע עשירות פֿון די אַלטע איבערזעצונגען, מוסר־ספֿרים, מעשׂה־ביכער, שפּריכװערטער, װערטלעך, פֿון פֿאָלקסװיצן און אַזױ װײַטער מוז עקספּלואַטירט װערן פֿאַר דער דאָזיקער אַרבעט, אַזױ אַז אין אײנעם מיט מאָדערנער גענױקײט און װאָרטקאַרגשאַפֿט, זאָל דער טעקסט אױך האָבן די גאַנצע קערנדיקײט און הײמישקײט און טראַדיציאָנעלקײט פֿון דער צאינה־וראינה־שפּראַך.“
יהואשעס פּראָיעקט האָט מקיים געװען די פּראָגראַם, װאָס י. ל. פּרץ האָט אױסגעלעגט אױף דער טשערנאָװיצער קאָנפֿערענץ אין 1908: „זאָל ייִדיש װערן אַן אַלגעמײנע ייִדישע שפּראַך, אַזױ מוזן אין איר איבערגעטראָגן װערן אונדזערע אַלטע קולטור־גיטער פֿון דער גרױסער פֿאַרגאַנגענהײט. […] איבערהױפּט פֿון דער ביבל.“ פּרץ האָט געהאַלטן, אַז אַ מאָדערנע איבערזעצונג פֿונעם תּנ״ך װעט פֿאַרזיכערן אַ װערדיקן אָרט פֿאַר ייִדיש צװישן אַנדערע הײַנטצײַטיקע ליטעראַטורן.
דער צװײטער אָפּטײל נעמט אַרײַן װיכּוחים אַרום איבערזעצונגען, װאָס מען האָט געפֿירט אױף די זײַטן פֿון װאַרשעװער ייִדישע צײַטשריפֿטן. די דריטע גרופּע טעקסטן רעדן אַרום סאָװעטישע איבערזעצונגען פֿון די װערק פֿונעם באַרימטן רוסישן דיכטער אַלעקסאַנדער פּושקין. עס איז מערקװירדיק, װי ברײט איז געװען די געאָגראַפֿיע פֿון די דאָזיקע אָפּרופֿן: ניו־יאָרק, װאַרשע, װילנע, קיִעװ און מינסק. דאָס איז אַ באַװײַז, אַז פּושקין איז פֿאַרבליבן אַ פּאָפּולערע פֿיגור אין דער ייִדישער קולטור־ סבֿיבֿה.
דער פֿערטער, און דער סאַמע גרעסטער אָפּטײל, באַקענט דעם לײענער מיט די טעאָרעטישע און קריטישע װערק פֿון סאָװעטישע ליטעראַטן. גל־עד האַלט, אַז זײַ בלײַבן עד־היום די סאַמע װערטפֿולע און טעאָרעטיש באַהאַװנטע צװישן אַלע װיכּוחים אַרום דעם ענין איבערזעצונג פֿון יענער תּקופֿה.
דער סאָװעטישער אָפּטײל עפֿנט זיך מיטן פּראָגראַמאַטישן עסײ פֿון משה ליטװאַקאָװ, „די סיסטעם פֿון איבערזעצונג“. ליטװאַקאָװ איז באַקאַנט אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע דער עיקר װי אַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט, דער האַרבער רעדאַקטאָר פֿון דער מאָסקװער צײַטונג „דער עמעס“, װאָס איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון סטאַליניסטישע רדיפֿות אין 1937. אָבער דער דאָזיקער אַרטיקל, װאָס איז לכתּחילה אַרױס אינעם קיִעװער זשורנאַל „ביכער־װעלט“ אין יאַנואַר 1919, אַנטפּלעקט ליטװאַקאָװן װי אַ שאַרפֿזיניקן קריטיקער און אָריגינעלן דענקער.
ליטװאַקאָװ האָט געטענהט, אַז צו יענער צײַט האָט די ייִדישע ליטעראַטור „שױן כּמעט אין גאַנצן אױסגעשעפּט דעם קװאַל פֿון אירע טראַדיציאָנעלע, נאַציאָנאַל־ייִדישלעכע טעמעס און מאָטיװן, געדאַנקען און שטימונגען.“ איצט איז געקומען די צײַט, האָט ער ממשיך געװען, װען עס „דאַרפֿן און מוזן קומען צו הילף איבערזעצונגען און איבערדיכטונגען פֿון די בעסטע און גרעסטע װערק פֿון דער װעלט־ליטעראַטור.“ די דאָזיקע פּאָזיציע זעט אױס אַנדערש פֿון פּרצעס, אָבער ליטװאַקאָװ האָט אױך אָנערקענט, אַז ייִדישע ליטעראַטור מוז „פֿאַרשטאַרקן און פֿאַרטיפֿן איר נאַציאָנאַלן שורש דורך איבערדיכטן אונדזערע נאַציאָנאַלע גרונטװערק, דער עיקר, פֿאַרשטײט זיך, פֿון העברעיִש“.
ליטװאַקאָװס „סיסטעם“ שפּיגלט אָפּ די פּראָגראַם פֿון דער נאַציאָנאַלער אױפֿלעבונג פֿון דער קיִעװער „קולטור־ליגע“. װי עס דערקלערט בנימין (קענעט) מאָס אין זײַן שטודיע „ייִדישער רענעסאַנס אין דער רוסישער רעװאָלוציע“, איז דער ציל פֿון דער דאָזיקער פּראָגראַם געװען צו שאַפֿן אַ מאָדערנע, װעלטלעכע קולטור אױף ייִדיש, באַפֿרײַט פֿון דער קלײן־שטעטלדיקער ייִדישקײט. פֿאַרן מוסטער האָט מען געהאַלטן די מאָדערנע רוסישע און דײַטשישע ליטעראַטורן, װאָס זײַנען געבױט געװאָרן אױפֿן יסוד פֿון איבערזעצונגען.
די סאָװעטישע מאַכט האָט פֿאַרמאַכט די „קולטור־ליגע“ װי אַן אומאָפּהענגיקע אָרגאַניזאַציע, אָבער אײניקע השׂגות און באַגריפֿן אירע האָבן װײַטער געלעבט אין דער סאָװעטישער ליטעראַטור. געװײנטלעך האַלט מען אַז די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטור איז געװאָרן קינסטלעריש שװאַך אין די 1930ער יאָרן צוליב דעם פֿאַרשטאַרקטן אידעאָלאָגישן דרוק מצד דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. דאָס איז אמת, אָבער גלײַכצײַטיק האָבן סאָװעטישע ליטעראַטן געשאַפֿן אַ היפּשע צאָל איבערזעצונגען פֿון אַ הױכער קינסטלערישער קװאַליטעט.
איבערזעצונגען זײַנען געװאָרן אַ מין מקום־מקלט אין דער אַגרעסיװער אידעאָלאָגישער אַטמאָספֿער פֿון סטאַלינס סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. די סאָװעטישע קולטור־פּאָליטיק האָט געמוטיקט איבערזעצונגען פֿון דער קלאַסישער רוסישער און אײראָפּעיִשער ליטעראַטור אױף די שפּראַכן פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, ייִדיש בתוכם. דערפֿאַר האָט מען געשאַפֿן אַ סך גוטע איבערזעצונגען פֿון פּושקינס װערק אױף ייִדיש דװקא אין די סוף־1930ער יאָרן, װען מען האָט אָפּגעמערקט מיט גרױסן פּאַראַד זײַן 100סטן יאָרצײַט אין 1937. דערצו נאָך האָט מען באַקומען נישקשהדיקע האָנאָראַרן פֿאַר איבערזעצונגען. להיפּוך צו אַנדערע צענטערס פֿון ייִדיש זײַנען די דאָזיקע האָנאָראַרן ניט געװען אָפּהענגיק פֿונעם קאָמערציעלן נאָכפֿרעג.
װאַכרושאָװאַס אַרטיקל איז אַ גרונטיקע און אַרומנעמיקע שטודיע פֿונעם סאָװעטיש־ייִדישן איבערזעצונג־פּראָיעקט. זי מאַכט אַ פּרטימדיקן און טיפֿזיניקן אַנאַליז סײַ פֿון די טעאָרעטישע השׂגות פֿון סאָװעטישע קריטיקער, סײַ פֿון דער פּראַקטישער טעטיקײט פֿון איבערזעצער. אָבער איר אַנאַליז איז אַ ביסל צו אָפּגעהיט װען עס קומט צו די אױספֿירן. עס װאָלט געװען כּדאי צו נעמען אין באַטראַכט דעם ברײטערן קולטורעל־היסטאָרישן קאָנטעקסט, אָנהײבנדיק פֿון דער טשערנאָװיצער קאָנפֿערענץ.
דער אַרטיקל מיט די אָריגינעלע טעקסטן, פֿון דאָס נײַ אױסגעזעצט און באַזאָרגט מיט קאָמענטאַרן, זײַנען אַ װיכטיקער בײַטראָג אין ייִדישע שטודיעס. דאָס איז אַ נײטיקע קאָרעקציע פֿון דער טעזע װעגן דער ירידה פֿון ייִדיש אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין די 1930ער יאָרן. צוליב אידעאָלאָגישע טעמים האָבן די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן געמוזט אָפּלײקענען דעם אַלטן ייִדישן שטײגער און מאָדערנע נאַציאָנאַלע שטרעבונגען. פֿאַר דעם אָבער האָבן זײ אַנטװיקלט אַ רײַכע און בײגעװדיקע ליטעראַרישע שפּראַך, װאָס מען געפֿינט אין די בעסטע איבערזעצונגען פֿון דער רוסישער און אײראָפּעיִשער פּראָזע און דיכטונג.
דער סאָװעטיש־ייִדישער איבערזעצונג־פּראָיעקט איז געװען אַ גילגול פֿון די װיכּוחים אַרום דעם שאַפֿן אַ מאָדערנע װעלטלעכע ייִדישע ליטעראַטור, װאָס מען האָט געפֿירט זינט דעם אָנהײב צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. דער דאָזיקער פּראָיעקט איז ניט געװען קײן איבעררײַס אין דער „גאָלדענער קײט“ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, נאָר דטטקא אַ נײַער װערטפֿולער טייל דערפֿון.