Celebrating my daughter’s birthday in the bomb shelter

Views:

דאָס איז אַ פֿאַרקירצטער נוסח פֿון דאַן פּעריס אַרטיקל אויף ענגליש. יענעם נוסח קענט איר געפֿינען דאָ.

הערט זיך צו צו דעם אַרטיקל דאָ:

https://forward.com/wp-content/uploads/2025/06/birthday-in-the-shelter.m4a

ס׳איז דרײַ אַ זייגער פֿאַרטאָג. די סירענעס קוויטשען. דער אַפּ וואָס שיקט אַרויס די זיכערהייט־אַלאַרמען געוואַלדעווען כּסדר. מיר וווינען אויפֿן זעקסטן שטאָק פֿון אַ בנין. בעת אַ ראָקעטן־אַטאַק, זאָגט מען, איז בעסער נישט צו פֿאָרן מיטן ליפֿט. קוועטשן מיר זיך אַלע אַרײַן אין דער טרעפּשאַכטע. אלע זענען פֿאַרשלאָפֿן. אַ טייל זעען אויס רויִק, אַנדערע — נישט.

אַ פֿרוי אין די הויכע זיבעציקער, וואָס איז געקומען צו גאַסט צו דער שוועסטער, אַן עולה פֿון פֿראַנקרײַך, גליטשט זיך אויס אויף די טרעפּ. זי רעדט נישט קיין העברעיִש אָדער ענגליש. מע פּרוּווט איר העלפֿן. איך אויך. זי זעט נישט אויס צעקלאַפּט אָבער דערווײַל זיצט זי, אַ דערשראָקענע, און די מענטשן הינטער איר קענען נישט גיין ווײַטער.

דערווײַל וואַרט מײַן פֿרוי אויף מיר אינעם באַהעלטעניש אין קעלער. זי איז אַרויס פֿון דער דירה פֿאַר מיר ווײַל זי נעמט זייער ערנסט די אַלאַרמען פֿונעם אַפּ, וואָס קלינגען יעדע פּאָר שעה, זינט איראַן האָט אָנגעהויבן צוריקשלאָגן קעגן ישׂראלס אַטאַקן פֿרײַטיק אויף אירע מיליטערישע און נוקלעאַרע אויסשטאַטונגען.

איך אַליין בין נישט אַזוי נערוועז ווי זי. אָבער איך ווייס שוין אַז ווען איך קום נישט אָן באַצײַטנס — בפֿרט ווען זי זיצט אַ באַזאָרגטע אינעם מיקלט — וועט זי שיקן אונדזער טאָכטער וואָס איז דאָ צו גאַסט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זי זאָל גיין קאָנטראָלירן וואָס מיט מיר איז געשען. הײַנט איז טאַקע מײַן טאָכטערס געבוירן־טאָג.

איך קום אַרײַן אינעם מיקלט און פּרוּוו צו דערקלערן פֿאַר מײַן ווײַב אַז די סיבה פֿאַר מײַן פֿאַרשפּעטיקונג איז וואָס אַן אַלטע פֿרוי האָט זיך אויסגעגליטשט אויף די טרעפּ.

בעת מיר זיצן אַלע אינעם באַהעלטעניש, טיילט מײַן פֿרוי אויס רעפֿטלעך געבוירן־טאָג טאָרט. מיר האָבן נישט געזאָלט פּראַווען די שׂימחה אין אַ מיקלט אָבער זי האָט געבאַקן דעם טאָרט פּונקט איידער איראַן האָט אָנגעהויבן באָמבאַרדירן אונדזערע בנינים.

די שכנים גיבן איר אַ העפֿלעכן שמייכל. איין מאַן זאָגט זיך אָפּ, ווײַזנדיק אויף דער פּוזע זײַנער. איין מיידעלע נעמט יאָ אַ פּאַפּירן טעלערל, און דערנאָך טוען אַזוי עטלעכע אַנדערע קינדער און דערוואַקסענע.

„ס׳איז שאָקאָלאַד?“ פֿרעגט איינער. „טונקל שאָקאָלאָד,“ ענטפֿערט מײַן פֿרוי.

עמעצער האָט אַראָפּגעבראַכט וואַסער און סאָדע. מײַן טאָכטער האָט אַרײַנגעטראָגן אַ שש־בש שפּיל. מיר וועלן דאָך אפֿשר זײַן דאָ אַ לענגערע צײַט. יעדער פּרוּווט זיך מאַכן באַקוועם אין די פּלאַסטישע צונויפֿלייג־בענקלעך.

„אויב איך ברענג דאָס קומעדיקע מאָל בראָנפֿן, וועסטו מיטטרינקען מיט מיר?“ האָט געפֿרעגט איינע פֿון אונדזערע לעבעדיקע שכנטעס. עס באַגלייטן איר תּמיד צוויי גרויסע הינט. איך אַליין האָב מורא פֿאַר גרויסן הינט אָבער די צוויי זעען אויס גאַנץ פֿאָלגעוודיק.

„ווײַן איז מסתּמא בעסער,“ האָב איך געענטפֿערט. „דאָס וועט ווייניקער אויפֿרעגן מײַן פֿרוי.“

פּלוצלינג האָט זיך דערהערט אַן אויער־רײַסנדיקער אויפֿרײַס, ווי דאָס וואָלט אונדז געטראָפֿן גלײַך איבערן קאָפּ. „האָט מען אונדז געטראָפֿן?“ האָט אַ פֿרוי געפֿרעגט. „ניין, דאָס קלינגט ווי מיר האָבן איבערגעכאַפּט איינעם פֿון זייערע ראָקעטן,“ האָט אַ מיטליאָריקער מאַן געענטפֿערט. „די זאָרג איצט איז וועגן פֿאַלנדיקן בויברעך. דאָס קען זײַן פּונקט אַזוי געפֿערלעך ווי די איראַנישע ראַקעטן אַליין.“

אַן עלטער פּאָרפֿאָלק טענהט זיך. ער, שבתי, פּרוּווט אָנדרייען אַ טראַנסיסטאָר־ראַדיאָ. „דאָס איז נישט די ריכטיקע סטאַנציע!“ שרײַט זי.

איך גיי צו צו זיי. „די סטאַנציע דאַרף זײַן 95.5,“ זאָג איך און כ׳שטעל עס אָן פֿאַר זיי. שבתי זעט אויס דאַנקבאַר, אָבער אויך אַ ביסל דענערווירט. נו, אַבי זײַן פֿרוי איז צופֿרידן.

אויפֿן ראַדיאָ מעלדט מען אַז אַן איראַנישע באָמבע האָט געטראָפֿן אין מיטן תּל־אָבֿיבֿ. פּינקטלעך וווּ האָט מען נישט געזאָגט. קיינער לאַכט שוין נישט.

ישׂראל געפֿינט זיך איצט אין אַ פּסיכישער טראַוומע.

אַ שכנה וואָס וווינט אויפֿן דריטן שטאָק בעט מיר צוקומען. זי זיצט מיט איר בחור, וואָס איז דאָ צו גאַסט. זיי האָבן ביידע פֿײַנט נתניהו, ווי ס׳רובֿ מענטשן אין דעם צפֿון תּל־אָבֿיבֿער געגנט, זאָגן זיי. זיי ווייסן אַז איך שרײַב אַ רובריק און אַז אַ מאָל שטעלט מען מיך פֿראַגעס אויף טעלעוויזיע, און אַז איך האָב זיך שוין פּערזענלעך געטראָפֿן מיטן פּרעמיער.

„וואָס טראַכסטו?“ פֿרעגט זי. איר בחור קווענקלט זיך און זאָגט: „דאָס מאָל שטיץ איך אים דווקא יאָ. מיר דאַכט זיך אַז קיין ברירה איז נישטאָ — די אַיאַטאָלאַס וועלן אין גיכן האָבן נוקלעאַר געווער.“

אויף דער ראַדיאָ רעכנט דער נײַעס־דיקטאָר אויס די אַקטועלע צילן פֿון די ראַקעטן. איין ציל געפֿינט זיך טאַקע זייער נאָענט צו אונדז. איצט איז נישט די צײַט צו פֿאַרשפּרייטן ספֿקות וועגן דער אָפּעראַציע קעגן איראַן. „איך קען נישט זאָגן אויף זיכער אַז דו ביסט נישט גערעכט,“ זאָג איך.

„נישט צום גלייבן,“ זיפֿצט די שכנה און בעט מיך איר העלפֿן צונויפֿשטעלן אַ קליינעם ווענטילאַטאָר.

סוף־כּל־סוף הערן מיר דעם סיגנאַל אַז מע קען שוין אַרויס פֿונעם מיקלט. עטלעכע יונגע מענער העלפֿן די אַלטיטשקע פֿון פֿראַנקרײַך אויפֿשטיין. זי פֿאַרזיכערט זיי אַז זי איז בסדר. שבתי עפֿנט די שווערע טיר פֿונעם מיקלט. ער איז אַ ביסל אײַנגעבויגן צוליב זײַן עלטער אָבער ער איז פֿאָרט דער וואָס אָרגאַניזירט זאַכן פֿאַר די אײַנוווינער.

„כ׳וועל אײַך אַלעמען זען אין עטלעכע שעה אַרום!“ וויצלט זיך די שכנה מיט די גרויסע הינט. די אַנדערע צעלאַכן זיך. מע לאַכט אָבער מיט יאַשטשערקעס.

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img