דער טשערנאָװיצער דזשעז־אָרקעסטער אין 1947 אין רומעניע. בילד רעסטאַװריריט פֿון װיקטאָר נאָסעק
Courtesy of the Henigsberg Archive
אין אײנעם אַ נאָכמיטאָג אין 2020, בין איך געזעסן צוזאַמען מיט אַלעקס פּאַרקע, אַ גוטן־פֿרײַנד און אַ קלאַרנעטיסט, בײַ אַ פּאָר אַלטע קעסטלעך פּאַפּירן װאָס האָבן אַ מאָל געהערט צו מײַנע באָבע־זײדע ע״ה. די קעסטלעך זײַנען שױן צענדליקער יאָרן געלעגן אין אַ װינקל צימער און װען איך האָב זײ געעפֿנט האָב איך ניט געהאַט קײן הױכע דערװאַרטונגען. איך האָב געמײנט אַז איך וועל אפֿשר געפֿינען אַ פּאָר בריװ, עפּעס דאָקומענטן און בילדער.
איך האָב זיך אָבער אָנגעשטױסן אױף אַ סך מער׃ נײַן ניט־פֿאַרעפֿנטלעכטע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס פֿון מײַן זײדן, דעם דיריגענט ישׂראל־ערנסט העניגסבערג, געשריבענע אין די 1950ער יאָרן פֿאַר אַ נײַער פּלאַטע זײַנער. טאַנגאָס, מאַרשן, באָלעראָס און כּלי־זמר־מוזיק — מעלאָדיעס װאָס זײַנען פֿאַרבליבן אומבאַרירט און װאָס האָבן געװאַרט מע זאָל זײ װידער שפּילן, זײ געבן אַ תּיקון.

די קאָמפּאָזיציעס זײַנען געװען אַ טײל פֿון אַן אַרכיװ װאָס ברענגט צונױף טױזנטער דאָקומענטן — פֿאָטאָגראַפֿיעס, בריװ, צײַטונג־אָפּשניטן, נאָטן, פֿאַרבעטונג־קאַרטלעך און רעקאָרדירונגען. פֿראַגמענטן פֿון אַ לעבן אונטערװעגס, און אױך פֿון אַ ברײטערער קולטור־געשיכטע׃ די געשיכטע פֿון ייִדן װאָס האָבן אַדורכגעלעבט דעם 20סטן יאָרהונדערט צװישן מלחמות, גלותדיקײט און דעם שטענדיקן באַדערפֿעניש זיך צו דערפֿינדן פֿון דאָס נײַ. בײַם פֿאָרשן דעם אַרכיװ, האָב איך אױסגעפֿונען דעטאַלן פֿון זײער לעבן, װאָס איז פֿריִער געװען באַהאַלטן פֿון דער גאַנצער משפּחה.

די באָבע, שײנע־רײזל פּאָראָזאָװסקע, איז געבױרן געװאָרן אין 1917 אין ביאַליסטאָק. זי איז געװען אַ זינגערין, אַ מיליטאַנטישע סאָציאַליסטקע (זי איז אַפֿילו אַרעסטירט געוואָרן אין פּוילן צוליב אַקטיוויזם) און אַ לערערקע און אַקטיװיסטקע לטובֿת עספּעראַנטאָ. דער זײדע, ישׂראל־ערנסט העניגסבערג, איז געבױרן געװאָרן אין 1908 אין וויזשניץ, בוקאָװינע. ער איז געװען דער מיזיניק פֿון אַ משפּחה כּלי־זמרים. נאָך ווי אַ יונגערמאַן האָט ער אױסגענומען װי אַ פּיאַניסט און אַקאָרדעאָניסט אין טשערנאָװיץ און האָט דערנאָך געגרינדעט דעם „אָרקעסטער העניגסבערג“ אין בוקאַרעשט. ער האָט זיך ספּעציאַליזירט אױף לײַכטער מוזיק, בפֿרט טאַנגאָ, און האָט אַפֿילו געאַרבעט פֿאַר „קאָלומביאַ־רעקאָרדס“. ער האָט רעקאָרדירט הונדערטער קאָמפּאָזיציעס מיט גדולים װי פּיאָטער לעשטשענקאָ, דער רוסישער טאַנגאָ־שטערן פֿון יענער צײַט.
מיטן פֿאָרױסמאַרש פֿון נאַציזם, איז דאָס לעבן פֿון באָבע־זיידע זיך צעפֿאַלן. בײדע האָבן זיך געפֿונען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד װען די דײַטשן האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין לאַנד און זײ זײַנען דאָרטן שטעקן געבליבן. רײזל איז דעמאָלט געװען אױף טור װי אַ סאָליסטקע פֿון אַ כאָר, און ערנסט איז אױך געװען אױף טור מיט אַ קאַפּעליע טשערנאָװיצער מוזיקערס. איך האָב ניט געקענט באַשטימען גענױ װוּ און װי אַזױ האָבן זײ זיך באַקענט, אָבער אין אַ געװיסן צײַטפּונקט האָט זיך רײזל אָנגעשלאָסן אין דער טשערנאָװיצער קאַפּעליע און באָבע־זײדע זײַנען אַרומגעפֿאָרן צוזאַמען מיט דער רױטער אַרמײ, שפּילנדיק פֿאַר סאָלדאַטן אין שפּיטעלער, הילף־צענטערס, אַמוניציע־פֿאַבריקן, אאַז״װ.
אין אָנהײב האָט רײזל זיך געפֿילט אומבאַקװעם מיט דעם וואָס זי איז געװען די אײנציקע פֿרױ צװישן אַזױ פֿיל מענער אין דער קאַפּעליע. אַ מאָל האָט זי אַפֿילו געפּרוּװט פֿאַרלאָזן די גרופּע, אָבער מע האָט זי געפֿונען און איבערגעצײַגט װײַטער צו בלײַבן. מיט דער צײַט איז זי אָבער געװאָרן אַ מין אַכט־געבערין פֿון דער קאַפּעליע — זי האָט אָפּגעהיט די קראַנקע, באַהאַנדלט זײערע װוּנדן, געטרײסט די דערשלאָגענע און מאָראַליש געשטיצט אַלעמען אין די שװערסטע מאָמענטן פֿון זײערע נסיעות.
מיט דער באַן זײַנען זײ איבערגעפֿאָרן גאַנץ סיביר, אָנקומענדיק אַזש ביז װלאַדיװאָסטאָק און ביראָבידזשאַן, צופּאַסנדיק זיך צו די שווערע באַדינגונגען פֿון הונגער און קעלט כּדי איבערצולעבן. רײזל האָט דעמאָלט אָפֿט געזונגען בעת ערנסט האָט זי אַקאָמפּאַנירן אױף דער פּיאַנע. דורך זײער מיטאַרבעט איז אַנטשאַנען צװישן זײ אַ ברענענדיקע ליבע. אין 1943, במשך אַ רײַזע, האָבן זײ צופֿעליק באַגעגנט אַ רבֿ. אױף אַ פּראָסטן בױגן געװירעט פּאַפּיר האָט ער זײ אָנגעשריבן אַ כּתובה און ער האָט זײ מסדר־קידושין געװען. זײ האָבן געפֿײַערט זײער אימפּראָװיזירטע חתונה ממש אין דעם צוג װוּ זײ האָבן געלעבט.
זוכנדיק אַ נײַע הײם נאָך דער מלחמה, איז דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק געפֿאָרן קײן טשערנאָװיץ, בוקאַרעשט, װין און פּאַריז, ביז זײ האָבן זיך באַזעצט אין מאָנטעװידעאָ, אורוגװײַ אין 1948. דאָרטן האָט ערנסט אָפֿיציעל געשאַפֿן עטלעכע פֿון זײַנע קאָמפּאָזיציעס און רײזל איז אױפֿגעטראָטן אױף קהילה־אונטערנעמונגען. אין 1957, האָבן זײ זיך איבערגעצױגן קײן סאַאָ פּאַולאָ, בראַזיל, אין דער ייִדישער געגנט פֿון באָם־רעטיראָ, װוּ זײ האָבן געזוכט בעסערע לעבנס־באַדינגונגען. דאָרטן האָבן זײ געעפֿנט אַ קרעמל פֿון פֿרױען־אונטערװעש. אַחוץ דעם זײַנען זײ װײַטער געװען טעטיק װי מוזיקערס. ערנסט האָט דיריגירט עטלעכע כאָרן און אויפֿגעלעבט זײַן „אָרקעסטער העניגסבערג“ פֿון ס׳נײַ. רײזל האָט פֿון צײַט צו צײַט אויפֿגעטראָטן אױף שׂמחות.
דאָס אַנטדעקן אַזאַ רײַכן אַרכיװ האָט דערפֿירט צום דאָקומענטאַר־פֿילם „אַז טאַנגאָ און קלעזמער קומען זיך צונויף“ (2021), װאָס מע האָט געװיזן אױף קינאָ־פֿעסטיװאַלן אין בראַזיל און אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. דערצו זײַנען עטלעכע פֿון ערנסטס לידער באַלעבט געװאָרן אױף דער בינע אין אַ מוזיקאַלישן ספּעקטאַקל מיט דער סאַאָ פּאַולער קאַפּעליע „כּלי־זמר טרעס ריאָס“. איך האָב אױך אָנגעשריבן מײַן מאַגיסטער־טעזע װעגן דעם דאָזיקן אַרכיװ, מיטן ציל בעסער צו פֿאַרשטײן ניט נאָר מײַן אײגענע משפּחה־געשיכטע, נאָר אױך דעם ברײטערן ייִדישן גורל פֿון זײער דור.
הײַנט גיב איך זיך װײַטער אָפּ מיטן אַרכיװ. הונדערטער דאָקומענטן זײַנען שױן אָרגאַניזירט, דיגיטאַליזירט און איבערגעזעצט געװאָרן, אָבער עס פֿאַרבלײַבט נאָך אַ סך מער צו טאָן. מיט דער װײַטערדיקער פֿאָרשונג פֿון די אוצרות איבערגעלאָזענע פֿון באָבע־זײדע האָף איך אױסצוגעפֿינען נאָך מער פּרטים פֿון זײער לעבן און װײַטער צו דערצײלן זײער געשיכטע — די פֿון צװײ פֿאַרװאָגלטע קינסטלערס װאָס, אַ דאַנק זײער ליבע איינער פֿאַר דער אַנדערער און פֿאַר דער מוזיק, האָבן באַװיזן אַדורכצומאַכן שרעקלעכע יסורים.
[רעדאַקטירט פֿון גוסטאַװאָ־גרשום עמאָס]