The Israeli Yiddish theater ‘Yiddishpiel’ changes its name

Views:

ייִדישפּיל, דער לאַנגיאָריקער ייִדישער טעאַטער אין ישׂראל, האָט לעצטנס באַקומען אַ נײַ פּנים: איצט הייסט ער „התיאטרון היהודי של ישראל“ — אַ נאָמען וואָס מיר וועלן דאָ ווײַטער דיסקוטירן — און זײַן נײַע אַרטיסטישע פֿאַרוואַלטערין איז הדס קאַלדעראָן, אַן אַרטיסטקע און אַ רעזישסאָרין, וואָס איז בײַ אונדז, ייִדישיסטן, באַקאַנט ווי דאָס אייניקל פֿון אַבֿרהם סוצקעווער.

דער ייִדישפּיל איז געגרינדעט געוואָרן אין תּל-אָבֿיבֿ אין יאָר 1987. דער לעגענדאַרער פֿאַרוואַלטער פֿונעם טעאַטער איז געווען שמואל (שמוליק) עצמון-וויצנער, וואָס האָט ביד-רמה געפֿירט דעם טעאַטער צו זײַנע דערגרייכונגען ביז 2014. נאָך דעם איז שׂשׂי קשת געקומען אויף זיין אָרט.

אָבער דור הולך ודור בא, און דער ייִדישער עולם איז עלטער און קלענער געוואָרן — דאָס איז דאָך אַ באַקאַנטע מעשׂה. פֿון דעסט וועגן זענען מיר צעטרייסלט געוואָרן מיט אַן ערך אַ יאָר צוריק, הערנדיק אַז דער ייִדישפּיל שליסט זיך. עס האָט נישט לאַנג געדויערט ביז מיר האָבן זיך ווידער פֿאַרחידושט, דאָס מאָל מיט אַ נײַער בשׂורה: דער ייִדישפּיל, האָבן מיר זיך דערוווּסט, שליסט זיך נישט. ער גייט ווײַטער אָן  אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון קאַלדעראָן און זעליג ראַבינאָוויטש, דעם פֿריִערדיקן דירעקטאָר — און מיט אַ נײַעם נאָמען.

די נײַע פֿאַרוואַלטערין פֿונעם ייִדישן טעאַטער, הדס קאַלדעראָן — די טאָכטער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער Photo by Sagi Dahari

די איבערזעצונג פֿון „התיאטרון היהודי של ישראל“ איז „דער ייִדישער טעאַטער פֿון ישׂראל“, אָבער אויף עבֿרית האָט דאָס וואָרט „ייִדיש“, ווי באַוווּסט, צוויי באַטײַטן: די שפּראַך, און סתּם „יהודי“. דאָס הייסט, אַז דער נײַער ייִדישפּיל וועט נישט שפּילן בלויז אויף ייִדיש. „דער ייִדישפּיל עפֿנט זײַנע טויערן פֿאַר נײַע עולמס, נײַע שפּראַכן און אַ נײַעם דור פֿון שאַפֿן“, האָט קאַלדעראָן געזאָגט. „מיר וועלן ווײַטער שפּילן דעם קלאַסישן ייִדישן רעפּערטואַר, אָבער מיר וועלן זיך באַנײַען אויך מיט פּראָדוקציעס אויף עבֿרית — סײַ פֿאַר דערוואַקסענע און סײַ פֿאַר קינדער.“

די וואָס קענען הדס קאַלדעראָן ווייסן וויפֿל ענערגיע זי האָט: אַזוי ווי זי האָט גענומען אויף זיך צו פֿאַראייביקן סוצקעווערס אָנדענק דורך ספּעציעלע אָוונטן און דורכן פּובליקירן איבערזעצונגען פֿון זײַנע ביכער, אַזוי נעמט זי זיך איצט אונטער ממשיך צו זײַן דעם ייִדישפּיל.

דער טעאַטער איז בכן טעטיק אין פֿולן ברען. די טעג שפּילן צוויי פּראָדוקציעס אויף ייִדיש: די פּיעסע „דזשיגאַן און שומאַכער — אַ וויץ מיט אַ שפּיץ“, געשפּילט פֿונעם העברעיִש-ייִדישן אַקטיאָר מוטי (מאָטי) גלעדי. די צווייטע איז אַ מוזיקאַלישע מאָנאָדראַמע פֿון דער קעניגין פֿונעם ייִדישן טעאַטער, ליאַ קעניג. צום ערשטן מאָל אין לעבן האָט זי אַליין אויסגעקליבן אירע באַליבטסטע מאַטעריאַלן פֿונעם ייִדישן טעאַטער־רעפּערטואַר, מאָנאָלאָגן און לידער פֿון שלום עליכם, איציק מאַנגער, צבֿי שטאָלפּער (איר מאַן) און אַנדערע דעליקאַטעסן. זי שפּילט און זינגט, און דער עולם באַלעקט זיך די פֿינגער. די פּראָדוקציע ווערט רעזשיסירט פֿון יניבֿ גאָלדבערג. בקרובֿ וועט דער ייִדישפּיל אויפֿפֿירן „די מגילה-קאַבאַרעט“, אַ נײַע באַאַרבעטונג פֿון איציק מאַנגערס באַרימטע „מגילה-לידער“, מיט יאַנקעלע באָדאָ בראש.

צווישן די נײַע אַקטיאָרן וואָס דער ייִדישפּיל האָט רעקרוטיקט צו שפּילן אויף העברעיִש זײַנען די באַרימטע פֿיגורן מוני מושונוב און שלמה בראבא („זהו זה“), ווי אויך ייִנגערע אַקטיאָרן, וואָס האָבן ביז איצט נישט געהאַט קיין שום שייכות צום ייִדישפּיל, ווי עידו מוסרי און דור אלמקייס. איצט שפּילן זיי אַ קאָמעדיע אונטערן נאָמען „רביעיית התיאטרון“ וואָס באַטײַט „דער טעאַטער-קוואַרטעט“.

דער טעאַטער פּלאַנירט נאָך אַ סך קאָלירפֿולע און רײַכע פּראָדוקציעס, אַרײַנגערעכנט רעוויוען, מיוזיקלס, קאַבאַרעטן און אָריגינעלע פּיעסעס פֿאַר קינדער. דערבײַ האָפֿט מען צוצוציִען מענטשן פֿון אַלע עלטערס.

ווי האָט מיר אַמאָל אַ קלוגער ייִד געזאָגט: דער ייִדישפּיל איז ווי די ייִדישע מדינה; זיי האָבן ביידע חסרונות, אָבער קיין אַנדערע האָבן מיר דאָך נישט. דער ייִדישפּיל האָט תּמיד געהאַט פֿאַרברענטע חסידים און קאַלטע מתנגדים. דער עולם וואָס האָט געזען יעדע פּיעסע, און די וואָס זײַנען געבליבן גלײַכגילטיק צו זײַנע פּראָדוקציעס. איך האָף אַז די ליבהאָבערס פֿון ייִדיש וועלן זיך ווײַטער פֿילן אין דער היים בײַ ייִדישפּיל. און אפֿשר, לאָמיר האָפֿן, וועלן די נײַע ענדערונגען דערמעגלעכן ווײַטערדיקע פּראָדוקציעס אויף ייִדיש אויף לאַנגע יאָרן.

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img