זעניע לאַרסאָן (רעכטס) און חוה ראָזענפֿאַרב Courtesy of McGill-Queen’s University Press
חוה און זעניע, צװײ חבֿרטעס װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אינעם לאָדזשער געטאָ, טײלן זיך מיט זײערע געפֿילן, דאגות און נײַעס. זעניע האָט געפֿונען אַ נײַע הײם אין שװעדן און װיל פֿאַרגעסן דעם טראַגישן עבֿר. חוה האָט אַ צײַטװײַליקן מקום־מקלט אין בריסל, בעלגיע, אָבער האָט ניט קײן דערלױבעניש צו פֿאַרבלײַבן דאָרט לאַנג. סוף־כּל־סוף באַזעצט זיך חוה אין מאָנטרעאַל.
מיט דער צײַט האָבן בײדע פֿרױען זיך קונה־שם געװען מיט זײערע ראָמאַנען װעגן זײער חורבן־דערפֿאַרונג אינעם לאָדזשער געטאָ. זעניע לאַרסאָנס טרילאָגיע, „שאָטנס בײַ דער הילצערנער בריק“, „באַגינען איז לאַנג“ און „די טרעפֿונג מיטן לעבן“ איז אַרױס אין די 1960ער יאָרן און האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אין שװעדן. דאָס איז געװען דאָס ערשטע ליטעראַרישע װערק, װאָס האָט באַקענט דעם שװעדישן עולם מיט חורבן אױף זײער שפּראַך. חוה ראָזענפֿאַרבס טרילאָגיע „דער בױם פֿון לעבן“ איז אַרױס אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1972 אױף ייִדיש און איז געװען באַקאַנט בלױז צװישן ייִדיש־לײענער.
אָבער דער װײַטערדיקער גורל פֿון די דאָזיקע ביכער איז געװען דער היפּוכדיקער, באַמערקט ראָזענפֿאַרבס טאָכטער גאָלדי מאָרגענטאַלער אין דער הקדמה צו דער זאַמלונג „בריװ פֿון דער יענער װעלט: די נאָך־חורבן־קאָרעספּאָנדענץ צװישן חוה ראָזענפֿאַרב און זעניע לאַרסאָן“. הײַנט איז „דער בױם פֿון לעבן“ איבערגעזעצט אױף ענגליש, עבֿרית און פּױליש, בעת לאַרסאָנס ראָמאַנען זײַנען כּמעט װי פֿאַרגעסן געװאָרן אַפֿילו אין שװעדן.
זעניע און חוה זײַנען געװען גוטע חבֿרטעס אין לאָדזש, אָבער זײער דערציִונג איז געװען פֿאַרשײדן. חוה איז אױפֿגעצױגן געװאָרן אױף ייִדיש און האָט יונגערהײט געהערט צו דעם „בונד“, בעת זעניע האָט פֿאַרענדיקט אַ פּױלישע שול און האָט קױם געקענט לײענען ייִדיש. אַזױ אַרום איז פּױליש געװאָרן די שפּראַך פֿון זײער קאָרעספּאָנדענץ, כאָטש זײ בײדע האָבן ניט ליב געהאַט די דאָזיקע שפּראַך נאָך אַלץ, װאָס זײ האָבן איבערגעלעבט אין פּױלן. זײ בײדע האָבן געפֿילט, אַז עס איז שװערלעך פֿאַר זײ אױסצודריקן זײערע אינעװײניקסטע געפֿילן אױף פּױליש. פֿון דעסט װעגן, האָבן זײ אונטערגעהאַלטן זײער קאָרעספּאָנדענץ אין משך פֿון העכער װי 25 יאָר. אין 1971 האָט זעניע פֿאַרעפֿנטלעכט זײער קאָרעספּאָנדענץ אין שװעדן אָן חװהס װיסן און דאָס האָט גורם געװען אַ ריס אין זײער פֿרײַנטשאַפֿט. אױף דעם האָט זיך די קאָרעספּאָנדענץ אָפּגעשטעלט.
די בריװ לאָזן דעם הײַנטיקן לײענער אַרײַנקוקן טיף אין דער נשמה פֿון יונגע שעפֿערישע ייִדישע פֿרױען, װאָס פּרוּװן אױפֿצובױען אַ נײַ לעבן נאָך דער איבערגעלעבטער טראַגעדיע. זײ טײלן זיך מיט כּלערלײ נײַעס װעגן זײער לעבן, מיט זײערע אינטימע געפֿילן און מחשבֿות, דערפֿאָלגן און אַנטױשונגען. דער לײענער װערט בהדרגה אַרײַנגעצויגן אין די פּרטים פֿון זײער טאָגטעגלעכן לעבן. די פֿאַקטן פֿון זייער צײַט אינעם געטאָ און אין לאַגער װערן דערמאָנט זעלטן, אָבער דער חורבן־עבֿר װאַרפֿט אַ פֿינצטערן שאָטן אױף דעם הײַנט.
בײדע פֿרױען זײַנען געװען גיריק צו בױען אַ נײַ לעבן אין נײַע הײמען, אָבער דער עבֿר האָט זײ ניט אָפּגעלאָזט. זעניע שרײַבט: „װען איך האָב פֿאַרלאָזט [דעם לאַגער] בערגען־בעלזען, בין איך אַװעקגעפֿאָרן מיט אַ פֿעסטן געפֿיל, אַז איך װעל איבערלאָזן מײַן גאַנצן עבֿר הינטער זיך, װעל אַלץ פֿאַרגעסן און אָנהײבן מײַן לעבן פֿון דאָס נײַ. אָבער דאָס איז ניט געװען מעגלעך. װאָס מער איך פּרוּװ צו אַנטלױפֿן, אַלץ מער װאַרפֿט זיך אױף מיר בגװאַלד אַלץ דאָס, װאָס האָט זיך געטראָפֿן מיט מיר. דאָס זײַנען שװערע מאָמענטן. דער עבֿר קומט צוריק!”
די בריװ זײַנען אינטערעסאַנט אױך װי אַ היסטאָרישער דאָקומענט. זײ שילדערן כּלערלײ שװעריקײטן און מניעות, װאָס די שארית־הפּליטה האָבן געטראָפֿן נאָכן חורבן. זײ האָבן ניט באַקומען קײן וואַרעמען ברוך־הבא ניט אין מערבֿ־אײראָפּע און ניט אין צפֿון־ אָדער דרום־אַמעריקע. רעגירונגען און יחידים האָבן בכלל ניט אַרויסגעוויזן קײן שום מיטגעפֿיל צום ייִדישן חורבן און זײַנע קרבנות. די שװעדן זײַנען „רויִקע און קולטורערלע לײַט, װאָס פֿירן אַ שטיל, נאָרמאַל לעבן אין זײער משפּחה־קרײַז,“ שרײַבט זעניע, „אָבער זײ װעלן אונדז קײן מאָל ניט פֿאַרשטײן: זײ האָבן בלויז רחמנות אױף אונדז — און דאָס קען מען ניט אױסשטײן!“
אין שװעדן האָט זעניע אָנגעהױבן שטודירן סקולפּטור אין דער קונסט־אַקאַדעמיע. די קונסט, שרײַבט זי, איז פֿאַר איר געװאָרן אַ מין „נאַרקאָטיק, אַן אַנעסטעזיע־מיטל, װאָס העלפֿט מיר צו דערשטיקן די טעמפּע װירקלעכקײט.“ חוה האָט זיך געראַנגלט מיט דער פּסיכאָלאָגישער טראַװמע אַנדערש. איר מיטל איז געװען דיכטונג: „קײן אַנדער זאַך האָט ניט אַזאַ הײלונג־עפֿעקט אױף מיר װי דאָס שרײַבן.“ דיכטונג האָט איר געהאָלפֿן גובֿר צו זײַן דעם שולדגעפֿיל פֿאַרן בלײַבן בײַם לעבן, װאָס זי האָט געפֿילט לגבי די נאָענטע אומגעקומענע קרובֿים און חבֿרים.
זעניע און חוהס בריװ באַקומען אַ פֿרישן אָפּקלאַנג הײַנט־צו־טאָג אין אַמעריקע, װוּ טראַמפּס אַדמיניסטראַציע פֿירט אַ ברוטאַלע מלחמה קעגן אימיגראַנטן. אַ סבֿרא, אַז צװישן די מיליאָנען גערודפֿטע אימיגראַנטן זײַנען דאָ אַזעלכע נײַע פּאָרן חבֿרטעס ווי חוה און זעניע, װאָס טײלן זיך מיט זײערע צרות דורך בליצבריװ אָדער אַנדערע סאָציאַלע מעדיאַ. מיט דער צײַט װעט מען אפֿשר אָפּדרוקן זײער קאָרעספּאָנדענץ, װאָס װעט אַנטפּלעקן די מאָראַלישע גלײַכגילטיקײט פֿון דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.