דער ייִדישער שרײַבער בער קאָטלערמאַן האָט די וואָך געוווּנען די „י. י. סיגאַל פּרעמיע“ פֿאַרן יאָר 2024 פֿאַר זײַן בוך דערציילונגען „סאַמאָיעד“ („דער אַליין־פֿרעסער“), אַרויסגעלאָזט אין בוענאָס־אײַרעס אין 2022.
קאָטלערמאַן וועט באַקומען די פּרעמיע, וואָס ווערט אויסגעטיילט פֿון דער מאָנטרעאָלער ייִדישער ביבליאָטעק, אויף אַ צערעמאָניע דעם 3טן דעצעמבער.
אין זײַן רעצענזיע פֿון „סאַמאָיעד“ האָט מיכאל קרוטיקאָוו געשריבן אַז די זאַמלונג שאַפֿט ממש אַ פּאָרטרעט פֿון סאָװעטישן ייִדנטום: „פֿאַר אַ צאָל מעשׁיות שעפּט קאָטלערמאַן שטאָף פֿון זײַן אײגענער משפּחה־געשיכטע. די העלדן זײַנען אוקראַיִנער ייִדן, װאָס האָבן איבערגעלעבט כּלערלײ צרות און יסורים, זיך געװאַלגערט איבער ברײטע רחבֿות פֿונעם סאָװעטן־לאַנד אַזש ביז סאַמע ביראָבידזשאַן אינעם װײַטן מזרח. זײער לעבן איז געװען שװער און ביטער, אָבער יעדער אײנער איז געװען בכּוח צו פֿאַרבלײַבן אַ לײַט.“
בער קאָטלערמאַן איז געבוירן געוואָרן אין אירקוצק, סיבעריע אין 1971 און איז דערצויגן געוואָרן אין ביראָבידזשאַן. מיט 30 יאָר צוריק האָט ער עולה געווען קיין ישׂראל. הײַנט איז ער אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין בר־אילן אוניווערסיטעט, וווּ ער פֿירט אָן מיט דער קאַטעדרע פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור און חסידיזם אויפֿן נאָמען שנײַדערמאַן.
אין 2017 האָט ער, אין איינעם מיט אַלכּסנדרה פּאָליאַן (מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט), געוווּנען צוויי ראַקאָווער־פּרעמיעס פֿון דער ייִדישער אַמעריקאַנער פּרעסע־אַסאָציאַציע פֿאַר זײער אַרטיקל, „סוף־כּל־סוף באַקומט דער נסתּר אַ מצבֿה“, וועגן זייער נסיעה קיין סיביר כּדי אויסצוזוכן דאָס אָרט וווּ מע האָט דעם גרויסן שרײַבער באַגראָבן אַנאָנים.
ער איז אויך דער מחבר פֿון דרײַ ייִדישע ראָמאַנען: „קוידערוועלש“ (2023), „די אָפּגעשטויסענע (2019) און „דער סוד פֿון ווײַסע בערן“ (2017).
אין 2013 האָט דער ייִדישער ביכער צענטער אים אינטערוויויִרט אויף ייִדיש. אָט איז אַן אויסצוג דערפֿון, וווּ ער דערציילט ווי אַזוי ער האָט אַנטדעקט די העברעיִשע שפּראַך אין מאָסקווע:
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO