די טאַלאַנטירטע קאָמפּאָזיטאָרין און זינגערין פֿון ייִדישע לידער, ריקי רויז, האָט די טעג אַרויסגעלאָזט אַ יוטוב, וווּ זי זינגט אַ פּרעכטיק ייִדיש ליד וואָס זי האָט אַליין געשאַפֿן — „אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס“. די רעקאָרדירונג איז מײַסטעריש פּראָדוצירט און אַראַנזשירט געוואָרן דורך שלמה בערנשטיין.
דאָס ליד באַשרײַבט די פּערזענלעכע אַנגסטן וואָס ריקי אַליין לעבט אָפֿט איבער, און ווי אַזוי זי פּרוּווט זיך צו באַרויִקן. ווען זי האָט עפֿנטלעך אויפֿגעטראָטן מיט דעם ליד בעת דער ייִדיש־וואָך דעם פֿאַרגאַנגענעם אויגוסט איז דער עולם אַזוי נתפּעל געוואָרן, אַז מע האָט רעאַגירט מיט באַגײַסטערטע אָוואַציעס.
אַ גרויסע מעלה פֿונעם ליד איז וואָס דער טעקסט איז פּשוט און אָפֿנהאַרציק, אָפּשפּיגלענדיק אַ שטימונג פֿון דערשלאָגנקייט און ייִאוש, וואָס אַ סך צוהערער קענען מיט דעם מיטפֿילן:
„ווען דו פֿילסט ווי דו האַלטסט עס נישט אויס, אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס.
ווען דו פֿילסט ווי די וועלט איז צו גרויס, אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס…“
דערצו זינגט ריקי דאָס ליד מיט אַ מאָדערנעם ראָק־ריטעם און סובטילע האַרמאָניעס, וואָס גיט אים צו נאָך מער חן.
ריקי רויז איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ סאַטמערער משפּחה אין ניו־יאָרק, האָט חתונה געהאַט, און דערנאָך פֿאַרלאָזט די חסידישע קהילה. זי איז הײַנט באַקאַנט נישט נאָר ווי אַ קאָמפּאָזיטאָרין און זינגערין פֿון ייִדישע לידער, נאָר אויך ווי אַ קאָמיקערין אין קורצע פֿילמען און אַ בעל־משפּיע אין דער סאָציאַלער מעדיע.
עטלעכע יאָר לאַנג האָט זי פֿיגורירט אין אַ צאָל ווידעאָס וואָס מע קען זען אינעם יוטוב־קאַנאַל פֿונעם פֿאָרווערטס און האָט אויך געשריבן עסייען אויף ייִדיש.
אָט איז דאָס ליד און אונטער דעם — דער טעקסט.
ווען דו פֿילסט ווי דו האַלטסט עס נישט אויס, אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס.
ווען דו פֿילסט ווי די וועלט איז צו גרויס, אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס.
ווען עס כאַפּט מיר אָן אַ שרעק, אַ ציטערניש, אַ פּאַניק,
ווען מיין גאנצער קערפּער איז צעשרויפֿט פֿון אינעווייניק
ווען מײַן האַרץ עס באָכעט און קלאַפּט אַ ביסעלע צו שנעל,
אַ טיפֿן אָטעם אַרײַננעמען כ׳וועל.
ווען איך פֿיל ווי איך גיי ממש אַראָפּגיין פֿון זינען,
ווען מײַן מוח עס ווירבלט מיט ווילדע מחשבֿות דערינען
ווען מײַנע געדאַנקען אין קאָפּ לויפֿן אַ ביסעלע צו שנעל
אַ טיפֿן אָטעם אַרײַננעמען איך וועל.
ווען איך אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס פֿיל איך ווי מײַנע פּראָבלעמען זענען אויס
ווען איך אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס, איך פֿיל ווי איך בין אין אַ וואַרעמען הויז
ווען איך שפּיר ווי די זון איז פֿאַרשטעלט, ווען איך פֿיל ווי עפּעס מיר פֿעלט
ווען איך בין באַזאָרגט און איך האָב נישט קיין געלט, כאַפּ איך אַן אָטעם אַזוינס אין דער וועלט
ווען איך שפּיר ווי מײַן האַרץ עס טוט וויי און קיינער קען מיר העלפֿן ווי איך גיי
ווען איך פֿיל מיך נישט אַזוי אײַ־אײַ־אײַ כאַפּ איך אַ טיפֿן אָטעם פֿון דאָס נײַ.
ווען דו פֿילסט ווי דו האַלטסט עס נישט אויס, אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס
ווען דו פֿילסט ווי די וועלט איז צו גרויס, אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס.
ווען איך שפּיר אַ צער, אַ ווייטיק וואָס שטעקט גאָר טיף
ווען איך פֿיל ווי איך קען נישט שטיין אויף מײַנע אייגענע פֿיס
ווען איך ווער דערטראָנקען און איך ווייס נישט ווי אַזוי צו שווימען,
צו מײַן אָטעמען וועל איך אייביק צוריקקומען.
ווען איך אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס פֿיל איך ווי מײַנע פּראָבלעמען זענען אויס
איך אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס, איך פֿיל ווי איך בין אין אַ וואַרעמען הויז
ווען איך שפּיר ווי די זון איז פֿאַרשטעלט, ווען איך פֿיל ווי עפּעס מיר פֿעלט
ווען איך בין באַזאָרגט און איך האָב נישט קיין געלט, כאַפּ איך אַן אָטעם אַזוינס אין דער וועלט
ווען איך שפּיר ווי מײַן האַרץ עס טוט וויי און קיינער קען מיר העלפֿן ווי איך גיי
ווען איך פֿיל מיך נישט אַזוי אײַ־אײַ־אײַ כאַפּ איך אַ טיפֿן אָטעם פֿון דאָס נײַ.
ווען דו פֿילסט ווי דו האַלטסט עס נישט אויס, אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס.
ווען דו פֿילסט ווי די וועלט איז צו גרויס, אָטעם אַרײַן און אָטעם אַרויס.
When you feel like you can’t take it anymore, breathe in and breathe out. When you feel like the world is too big, breathe in and breathe out. When I feel frightened and panicked, when it feels like something’s wrong with my body, when my heart is beating and racing a little too fast, I just take a deep breath. When I feel like I’m going insane, when my mind is buzzing with all sorts of wild ideas, when my thoughts are racing a little too fast, I just take a deep breath. When I breathe in and breathe out, I feel like my problems disappear, I feel like I’m in a cozy home. When I feel like there’s no sunlight, when I feel like something is missing, when I worry and I have no money, I just take a deep breath. When my heart is hurting and no one can help, I just take a deep breath. When I feel a pain that cuts so deep, when I feel like I can’t stand on my own two feet, when I’m drowning and I don’t know how to swim, I just take a deep breath…
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor