Anniversary issue of Birobidzhan features historic artists and ethnic diversity

Views:

אין ביראָבידזשאַן איז אַרויס אַ ספּעציעלער טעמאַטישער נומער פֿונעם אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן“, געווידמעט דעם 90סטן יוביליי פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, וואָס די סאָוועטישע מאַכט האָט געגרינדעט אין 1934. דעם אַלמאַנאַך גופֿא האָט מען, נאָכן לאַנגן איבעררײַס זינט 1948, אויפֿגעלעבט מיטן 20 יאָר צוריק.

הגם ס׳רובֿ פֿונעם נומער איז אויף רוסיש זענען די זײַטן 1־47 אין גאַנצן אויף ייִדיש.

אין שײַכות מיטן יוביליי איז אין דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „ייִדישקייט“, וואָס גייט אַרויס יעדע וואָך אויפֿן ביראָבידזשאַנער קאַנאַל „ביראַ“, פֿאָרגעקומען אין סעפּטעמבער אַ פֿײַערלעכע ווידעאָ־פּרעזענטאַציע פֿונעם נײַעם אַלמאַנאַך־נומער. עס זענען אויפֿגעטראָטן די פֿאַרוואַלטער, רעדאַקטאָרן און אַ צאָל מחברים פֿון דער אויסגאַבע.

דער זשורנאַל אויף איבער 260 זײַטלעך איז דיקער ווי געוויינטלעך און אַנטהאַלט צוויי קאָליריקע בײַלאַגעס: וועגן די אַמאָליקע ביראָבידזשאַנער מאָלער, צוגעגרייט פֿונעם אָרטיקן קינסטלער וולאַדיסלאַוו צאַפּ, און וועגן נאַטור־פּראַכטן און עטנישער פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון דער געגנט, צונויפֿגעשטעלט פֿון דער פֿאָטאָגראַפֿין לידיאַ טשורילינאַ.

דער ייִדיש־שפּראַכיקער חלק פֿונעם אַלמאַנאַך פֿאַרנעמט 48 זײַטלעך. עס נעמט אַרײַן יואל מאַטוועיוועס פֿאַנטאַסטישע דערציילונג „עס שרײַבט ביראָבידזשאַן“, וווּ צוויי מיידלעך, אַ רעדאַקטאָרין און אַ קאָרעקטאָרין, זענען באַשענקט מיט איבערמענטשלעכע כּוחות, און אויך אַ מעשׂה פֿון דער מאָסקווער לינגוויסטקע און ייִדישיסטקע ליובאָוו לאַווראָוואַ וועגן דער שיף „טשעלוסקין“ און איר משפּחהס שײַכות צו דער דאָזיקער היסטאָרישער דאַמפֿשיף (פֿאַרעפֿנטלעכט אויך אויף רוסיש).

אינעם רוסישן חלק איז דערשינען סוועטלאַנאַ סקוואָרצאָוואַס באַריכט פֿון דער קאָרעספּאָנדענץ, וואָס ס׳האָט געפֿירט (אָפֿט אויף ייִדיש) דער ערשטער דירעקטאָר פֿונעם ביראָבידזשאַנער קאַנט־קענטערישן (לאָקאַל־היסטאָרישן) מוזיי, גרשון גרינבערג. דער ביראָבידזשאַנער געאָגראַף דעניס פֿעטיסאָוו דערציילט וועגן אַמאָליקע וויסנשאַפֿלעכע פֿאָרשונגען אינעם ראַיאָן; דער מאָסקווער אַרכיטעקטור־פֿאָרשער קיריל סטעפּאַנאָוו באַשרײַבט דעם אויפֿבוי פֿונעם ביראָבידזשאַנער דרוקערײַ. אין אָט דעם בנין גרייט מען די טעג צו פֿאַרשיידענע דרוק־מאַטעריאַלן, אַרײַנגערעכנט דעם אַלמאַנאַך.

אין מיטן דעם רוסישן חלק באַווײַזן זיך אויך לידער פֿון ביראָבידזשאַנער דיכטער אויף ייִדיש, באַגלייט מיט די רוסישע איבערזעצונגען פֿון דער אָרטיקער פּאָעטעסע אַלאַ אַקימענקאָ און דער דאָנעצקער איבערזעצערין אָלגאַ מאַטוויִענקאָ.

אַנדערע שריפֿטן אין דעם נומער: אַ רוסישע איבערזעצונג פֿונעם שלוס־קאַפּיטל פֿון בוזי מילערס פּיעסע „ער איז פֿון ביראָבידזשאַן“ און אויך יחיאל פֿאַליקמאַנס דערציילונג „אַנשל“ אויף רוסיש. אַ גרויסן טייל אין דער אויסגאַבע פֿאַרנעמען פּאָעטישע און פּראָזאַיִשע ווערק פֿון רוסיש־שפּראַכיקע דיכטער און שרײַבער, לאַוו־דווקא אָרטיקע.

אַ צאָל אַנדערע מחברים באַטראַכטן פֿאַרשיידענע היסטאָרישע אַספּעקטן פֿון דער שטאָט און דער געגנט. דער שרײַבער וולאַדימיר זשוראַווליאָוו דערציילט וועגן אַ ווייניק־באַקאַנטן עפּיזאָד פֿון דער אָרטיקער פֿאָרגעשיכטע: אינעם יאָר 1658 איז אין די ערטער, וווּ עס שטייט הײַנט ביראָבידזשאַן, אויסגעבראָכן אַ שלאַכט צווישן רוסן און מאַנטשזשורן – די דעמאָלטיקע פֿירער פֿון דער כינעזישער אימפּעריע צין (טשינג). די מאַנטשזשורער זענען שפּראַכלעך און קולטורעל נאָענט צו די אַנדערע טונגוסישע פֿעלקער, וועלכע האָבן פֿון קדמונים אָן באַזעצט דעם שטח פֿון דער איצטיקער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. אַגבֿ, דער עצם־נאָמען פֿון שטאָט ביראָבידזשאַן שטאַמט פֿון עווענקיש. אין ביראָבידזשאַן זענען הײַנט פֿאַראַן עטלעכע טונגוסישע עטנאָ־קולטורעלע אַסאָציאַציעס.

בסך־הכּל, ווען מע לייענט דעם נײַעם נומער פֿונעם אַלמאַנאַך, באַקומט זיך אַן אַרומנעמיק בילד פֿון פֿאַרשיידענע היסטאָרישע און קולטורערע ענינים. אַחוץ די צוויי קינסטלערישע בײַלאַגעס, איז דער זשורנאַל באַגלייט מיט אַ סך שוואַרץ־ווײַסע אילוסטראַציעס.

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען וועגן דער בהדרגהדיקער אַנטוויקלונג פֿונעם אַלמאַנאַך במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר. אין 1946 איז דערשינען זײַן ערשטער נומער – אין גאַנצן אויף ייִדיש, ווי אַ המשך פֿונעם פֿריִערדיקן אָרטיקן ייִדישן זשורנאַל „פֿאָרפּאָסט“. אין 1948 זענען אויסגעבראָכן סטאַליניסטישע אַנטיסעמיטישע רדיפֿות; אין 1949 האָט מען באַפֿוילן צו קאָנפֿיסקירט און פֿאַרניכטן אַלע עקזעמפּלאַרן פֿונעם אַלמאַנאַך.

אין 1961 איז אין מאָסקווע אויפֿגעקומען דער נײַער ייִדישער זשורנאַל „סאָוועטישע היימלאַנד“, וווּ עס האָבן זיך כּסדר געדרוקט ביראָבידזשאַנער מחברים, און אין ביראָבידזשאַן האָט אַפֿילו אין די פֿינצטערסטע יאָרן אַלעמאָל פֿונקציאָנירט דער „ביראָבידזשאַנער שטערן“. דער אַלמאַנאַך איז אָבער אויף לאַנגע יאָרן בטל געוואָרן.

אין 2004 האָט מען אים אויפֿגעלעבט – צוערשט נאָר אויף רוסיש. זינט 2020 באַווײַזן זיך דאָרט ווידער אַלץ מער מאַטעריאַלן אויף ייִדיש. מיט אַ יאָר צוריק האָט די רעדאַקציע אײַנגעפֿירט די באַלערנדיקע צוויי־שפּראַכיקע אַנטאָלאָגיעס.

אין דער עלעקטראָנישער פֿאָרעם איז דער נײַער אַלמאַנאַך־נומער צוטריטלעך אָט דאָ.

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img