Photo by Wikimedia Commons
צו הערן אַ רעקאָרדירונג פֿון דער דערציילונג גיט אַ קוועטש דאָ:
לכּבֿוד שבֿועות האָב איך איבערגעלייענט שלום־עליכמס דערציילונג „מילכיקס“ און שטאַרק הנאה געהאַט — נישט בלויז פֿון זײַן שמועסדיקן סטיל און הומאָר, נאָר אויך צוליב די אָן אַ שיעור וועגעטאַרישע מאכלים וואָס ער דערמאָנט.
כּדי איר זאָלט אויך קענען הנאה האָבן פֿון דער דערציילונג קענט איר אָדער הערן די רעקאָרדירונג דאָ אויבן אָדער אויסקלײַבן איינעם פֿון דרײַ סאָרטן טעקסטן:
אין דער מעשׂה רעכנט שלום עליכם אויס אַ צאָל וועגעטאַרישע מאכלים, וואָס ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָבן אַ מאָל געגעסן. כּדי אײַך גרינגער צו מאַכן דאָס לייענען, רעכענען מיר דאָ אויס אַ טייל פֿון די ווערטער מיט זייער טײַטש:
סיראָוועטקע = whey
באַלאַבעשקעס = קרעפּלעך געקאָכט אין וואַסער
טייגעכץ = קאַרטאָפֿל־ אָדער לאָקשן־קוגל
מנישקעס = צוואָרעך־לאַטקעס
צרות־קניידלעך = צוואָרעך־קניידלעך
קאַשניק = קאַשע־ אָדער רײַז־קוגל
ווערטוט = געבעקס אָפֿט געפֿילט מיט קעז
קאָרזש = אַ מין טאָרט אָדער קיכעלעך
מאַסליטשקענע קאַשע = קאַשע מיט פּוטער
ציקאָריע = chicory
פּלאָטװיצעס = gudgeon (נאָך אַ סאָרט פֿיש)
באָטווינע = אַ קאַלטע זופּ פֿון בוריקע־בלעטער
רעטשענע = קאַשע (buckwheat groats)
שלײַען = tench (אַ סאָרט פֿיש)
רויג = פֿיש־אייער (roe)
בײַ פֿיר פֿון די פּאָטראַוועס אין דער דערציילונג האָב איך אָבער נישט געפֿונען דעם טײַטש. אויב איינער פֿון אײַך ווייסט יאָ דעם טײַטש פֿון די ווערטער, שיקט מיר אַ בליצבריוול: [email protected]
מאַהינע
ראַזשענקע
שפּאַרן
קאָרעשלעך
אַ פֿריילעכן שבֿועות אײַך אַלעמען!