‘Cockney Yiddish’: A podcast, a language and a way of life

Views:

אַ בי־בי־סי־ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿליט דורך דער לופֿט צום אַלגעמײנעם עולם, פֿאַר יעדן גלײַך. בלױז פֿינף נאַציאָנאַלע הױפּטקאַנאַלן צילעװען צו פֿאַרװײַלן און אינפֿאָרמירן די גאַנצע בריטישע באַפֿעלקערונג.

אַ פּאָדקאַסט איז אָבער פּערזענלעכער. אױף פּאָדקאַסט־אַפּס װי עפּל־פּאָדקאַסטס אָדער ספּאָטיפֿײַ האָט מען טאַקע מיליאָנען ברירות. דאָס רובֿ צוהערער שטעלן אָן אַזעלכע שמועס־פּראָגראַמען אויף זייערע מאָבילקעס בשעת אַן אַנדער טאָגטעגלעכער אַקטיװיטעט – װי, למשל, פֿאָרן צו דער אַרבעט אָדער גײן מיטן הונט שפּאַצירן – און אַבאָנירן פּראָגראַמען װאָס זענען זײער צוגעפּאַסט צו זײערע אינטערעסן און געשמאַק.

הײַנט איז עס אָפֿט ענלעך מיט ייִדיש: ס׳איז נישט קײן מאַסן־מעדיום בײַ ייִדן, נאָר אַן אַנטדעקונג פֿאַר זיך אַלײן.

מיטן נײַעם פּאָדקאַסט „קאָקני ייִדיש“, פּרעזענטירט פֿון די היסטאָריקערינס װיװי לאַקס און נאַדיאַ װאַלמאַן, האָבן טױזנטער צוהערער שױן אַנטדעקט פֿאַר זיך די אוניקאַלקײט פֿון לאָנדאָנער ייִדיש־קולטור.

ס׳איז פּונקט אַזאַ אינהאַלט, װאָס פֿעלט מיר אױס צװישן די אומצײליקע פּראָגראַמען פֿון איבער דער װעלט, העט צו װײניק פֿון זיי אױף, אָדער װעגן ייִדיש.

אַ פּאָדקאַסט װעגן ייִדישער קולטור־געשיכטע – טײלװײַז אױף קאָקני־ייִדיש

בשעת איך װאַש די כּלים, „פֿאָר“ איך ווירטועל קיין לאָנדאָן, אינעם האַלב־פֿאַרגעסענעם ייִדישן „איסט־ענד“ – מיט ייִדישע טעאַטערס, מערק, מוזיקזאַלן און פּאָליטישע פּראָטעסטן.

איך הער זיך אײַן אין דער אַמאָליקער געגנט דורך די װערטער און טענער פֿון אָרטיקע שרײַבערס און לידער־מאַכערס, אַ דאַנק פֿרישע פֿאָרלײענונגען און אױפֿטריטן אױף ייִדיש און ענגליש פֿון באַקאַנטע בריטישע פּערזענלעכקײטן װי די אַקטריסע מרים מרגלית, דעם קינדערבוך־שרײַבער מיכאל ראָזן, דעם אַקטיאָר דוד שנײַדער און אַװדאי דעם ליטעראַטור־פֿאָרשער דוד מאַזאָװער פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער – באַגלײט פֿון טעמאַטישע דיסקוסיעס.

אַ טייל פֿונעם בנין פֿנעם אַמאָליקן „נײַעם ייִדישן טעאַטער“ אין דער לאָנדאָנער איסט ענד Photo by Abie Meisels / Forward

„כ׳האָב געמײנט אַז ס׳איז גאַנץ משוגע צו שאַפֿן אַ פּאָדקאַסט װעגן ייִדיש אָן שום ייִדישן עפּיזאָד“, האָט לאַקס געזאָגט. „אױך אין די אַנדערע אױדיציעס דאַרף מען הערן אַ ייִדיש װאָרט.“ עס הײבט זיך אָן מיט אײנצלנע װערטער, גײט איבער אין גאַנצע פּאַראַגראַפֿן, און בײַם פֿיפֿטן עפּיזאָד, „חנוכּה אָדער קריסמעס“, איז טאַקע אַלצדינג אױף ייִדיש – נאָר דװקא אױף אַ לאָנדאָנער לשון מיט אַ קאָקני טעם, אָנגעפּיקעװעט מיט ענגלישע אױסדרוקן װי „קאָפּ־אָװ־טי“.

אין דעם קאַפּיטל באַשרײַבט סימאַ בײרי, אַ ייִדיש־דאָצענטין בײַם אוניװערסיטעט יו־סי־על, אירע קינדעריאָרן אין קאָװנע׃ אַ שטענדיקער פּלאָנטער צװישן ייִדיש, ליטװיש און רוסיש. אַזאַ מיש־מאַש איז, לױט איר, זײער אַ ייִדישלעכע זאַך.

אַ טײל פֿונעם פֿיפֿטן קאַפּיטל איז רעקאָרדירט געװאָרן בײַם ייִדיש־סוף־װאָך, אַ יערלעכער פֿאַרזאַמלונג פֿון אַרום 60 ייִדיש־רעדערס לעבן בירמינגהעם. דאָרט גיט לאַקס דאָס װאָרט צו אַ יונגענמאַן פֿון סטאַמפֿאָרד היל, דער גרעסטער חסידישער קהילה אין אײראָפּע. ער באַשרײַבט די ראָלע פֿון ענגלישע װערטער אין זײַן דיאַלעקט׃ „ס׳איז געװאָרן אַ חלק פֿון דע װאָקעביולאַרי“.

אַלע לאַכן, פֿאַרשטײט זיך, אָבער סימאַ בײריס קאָלעגן בײַ יו־סי־על האַלטן טאַקע אין פֿאָרשן די לינגװיסטישע אַנטװיקלונגען פֿון חסידיש־ייִדיש, אױכעט אין סטאַמפֿאָרד היל.

דער איסט־ענד׃ אַ געגנט װאָס הערט נישט אױף זיך צו בײַטן

סטאַמפֿאָרד היל געפֿינט זיך אין צפֿון־לאָנדאָן, װוּ עס װױנען הײַנט ס׳רובֿ לאָנדאָנער ייִדן, סײַ פֿרומע סײַ פֿרײַע, זינט דער צװײטער װעלט־מלחמה – צװישן זײ אױך לאַקס און די ייִדיש־פּאָעטעסע ברוריה װיגאַנד.

דער פּאָדקאַסט באַשרײַבט אָבער בעיקר דאָס ייִדישע לעבן אינעם „איסט־ענד“, אַ געגנט אין צענטער שטאָט, נאָענט צו די לאָנדאָנער דאָקן, װאָס איז אַדורכגעגאַנגען כּלערלײ אימיגראַנטן־כװאַליעס זינט די פֿראַנצײזישע הוגענאָ־פּליטים האָבן זיך דאָרט באַזעצט אינעם 17טן יאָרהונדערט. הונדערט טױזנט מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן האָבן אַהין אימיגרירט צװישן 1880 און 1900. לאַקס און װאַלמאַן האָבן בײדע געהאַט אָבֿות אינעם איסט־ענד, אַפֿילו אויף דער זעלבער גאַס, דאָנק סטריט, װוּ די צװײ משפּחות האָבן געדאַװנט אין צװײ פֿון די פֿיר שילן. די גאַס גופֿא איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן צוליב די דײַטשישע באָמבעס פֿונעם „בליץ“.

איצט לערנט װאַלמאַן קורסן אין ליטעראַטור און געשיכטע װי אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿון „שטאָטישער ליטעראַטור“ בײַ קיניגין־מערי־אוניװערסיטעט פֿון לאָנדאָן, נישט װײַט פֿונעם אַמאָליקן דאָנק סטריט.

אַ סך פֿון אירע תּלמידים, און פֿון די איצטיקע אײַנװױנערס בכלל, רעדן פֿון דער היים באַנגלאַ — די שפּראַך פֿון באַנגעלאַדעש און טיילן פֿון אינדיע. פֿאַראַן נאָך אַלץ גאַסנמערק אין קװאַרטאַל, אָבער אַנטשטאָט די פּױלישע ייִדן, זענען די הענדלער הײַנט טאַקע מערסטנס באַנגלאַדעשער מוסולמענער. אַ טייל פֿון די שילדן זענען געשריבן אי אױף ענגליש, אי אױף באַנגלאַ. מחוץ די צװײ באַקאַנטע בײגל־קראָמען אױף בריק לײן, האָט די ייִדישע געשיכטע אָבער איבערגעלאָזט ווייניק שפּורן.

צװײ גוטע־פֿרײַנד פֿאַרשפּרײטן אַלטע אוצרות בײַ אַ נײַעם דור

װאַלמאַן און לאַקס האָבן גאָר אַ סך בשותּפֿות. בײדע זענען אױפֿגעװאַקסן בײַ פֿרומע משפּחות, און האָבן זיך באַקענט אין אַ שיל פֿאַר װעלטלעכע, לעסבישע ייִדענעס מיט אַ 30 יאָר צוריק, װוּ זײ האָבן געזוכט אַן אינדיװידועלן צוגאַנג צו זײער ייִדישקײט. בײדע זענען נישט נאָר מחברטעס און איבערזעצערינס פֿון װיכטיקע ביכער װעגן דער בריטיש־ייִדישער קולטור־געשיכטע, נאָר אױך טורפֿירערינס אין מיזרח־לאָנדאָן. זיי קענען ממש יעדן שטײן דאָרט.

לאַנגע יאָרן פֿאַרן פּאָדקאַסט האָבן בײדע פֿרױען פֿאַרװײַלט זײערע געסט אױף די טורן מיט גוט געפֿאָרשטע מעשׂיות און, אין פֿאַל פֿון לאַקס, אַלײן געזונגענע לידער. לאַקס טאַנצט – אָדער זינגט – אױף אַ סך חתנות. מע הערט אױך איר קאַפּעליע „קאַטשאַנעס“ אין פּאָדקאַסט. צווישן די צוויי איז לאַקס די ייִדישיסטקע בעת װאַלמאַן ברענגט אַרײַן אירע װיסנשאַפֿטלעכע פֿעיִקייטן און פֿאַרשטײט װי די געשיכטע פֿון לאָנדאָנער ייִדן פּאַסט זיך אַרײַן אין גרעסערע אײראָפּעיִשע, ליטעראַרישע און פֿעמיניסטישע קאָנטעקסטן.

נאַדיאַ וואַלמאַן פֿירט אַ טור איבערן איסט ענד Photo by Gary Schwartz

„קאָקני ייִדיש“ איז אַרױסגעקומען פֿון אַ בשותּפֿותדיקן פֿאָרשפּראָיעקט, „מאַכן און איבערמאַכן דעם ייִדישן איסט־ענד“, װאָס האָט אַנטפּלעקט ממש אוצרות אין בריטישע אַרכיװן און אַלטע ייִדישע צײַטונגען װי „די צײַט“. צוזאַמען מיט בערי ברוך סמערין, װאָס האָט פּערזענלעך געקענט דעם פּאָעט אַבֿרהם־נחום שטענצל בשעתּו, האָט לאַקס לעצטנס איבערגעזעצט אַ סך פֿון זײַנע און אַנדערע פֿעליעטאָנען, װעלכע מע האָט אױסגעגראָבן במשך פֿונעם פּראָיעקט. אַן ענגלישע אַנטאָלאָגיע דערפֿון, „איסט־ענד־ייִדן“, איז ערשט אַרױס ממש די װאָך.

אַלטע נומערן פֿונעם ליטעראַרישן זשורנאַל „לשון און לעבן“, געגרינדעט פֿון אַבֿרהם נחום שטענצל Image by

לאַקס האָט אױך פּובליקירט אַ סך מאַטעריאַלן אױף דער פּאָדקאַסט־װעבזײַט: רעקאָרדירונגען פֿון אַלע פֿעליעטאָנען און לידער פֿאָרגעשטעלטע אין די עפּיזאָדן – צוזאַמען מיט די טעקסטן אױף ייִדיש, טראַנסליטעראַציעס און ענגלישע איבערזעצונגען — אַן אמתער אוצר סײַ פֿאַר ייִדיש־לערערס, סײַ פֿאַר נײַגעריקע ייִדיש־לײענער.

דאָס קאָקני־ייִדיש פֿון מאָרגן

לעצטנס האָב איך באַמערקט, אַז אַלץ מער לאָנדאָנערס מחוץ סטאַמפֿאָרד היל אַנטדעקן ייִדיש פֿאַר זיך. דער „גרױסער ייִדיש־פּאַראַד“ האָט שױן מאַרשירט 25 מאָל דורך די גאַסן טראָגנדיק װיקטאָריאַנישע מונדירן, זינגענדיק פּראָטעסט־לידער אױף ייִדיש באַגלײט פֿון מעש־אינסטרומענטן. דער ייִדיש־קאַפֿע־טראָסט, די אָרגאַניזאַציע הינטערן ייִדיש־סוף־װאָך, האָט אין װינטער 2024 פּרעזענטירט אַ סעזאָן מיט ייִדיש־טעאַטער אינעם ייִדישן קולטור־צענטער JW3. זײער חודשדיקער אָפֿאָנער־מיקראָפֿאָן קומט פֿאָר בדרך־כּלל אױף זום, אָבער צו מאָל אױפֿן אָרט.

דער „גרויסער ייִדיש־פּאַראַד“ האָט שױן מאַרשירט 25 מאָל איבער די גאַסן Photo by Ralph Hodgson

די אַקטריסע און ייִדישיסטין תּמרה מיצנער האָט לעצטנס רעזשיסירט אַ נײַע פּיעסע לױט דער בריטישער פּאַנטאָמימע-טראַדיציע – נאָר דער העלד הײסט יאַנקל און איז אַ הענדלער פֿון זױערע אוגערקעס אין ייִדישן איסט־ענד! נאָך אַזאַ פֿאָרשטעלונג אין מאַרץ זענען לאַקס און אַנדערע מיטגלידער פֿון „ייִדישע שטוב לאָנדאָן“ אַרײַן אין אַ „פּאָב“. דאָס איז געװען די סאַמע ערשטע טרעפֿונג פֿון אַ נײַעם שמועסקרײַז. זענען זײ זיך געזעסן מיט אַ גלעזל ביר און אַרומגערעדט די נײַעס פֿון ייִדישן טעאַטער אין לאָנדאָן, דװקא אױף ייִדיש — אַזוי װי מיט הונדערט יאָר צוריק.

דערווײַל האָט דער בריטישער פֿאָרשראַט פֿאַר קונסט און הומאַניסטיק פֿינאַנצירט בלויז דעם ערשטן סעזאָן פֿונעם פּאָדקאַסט. נאָכן לעצטן, זיבעטן קאַפּיטל זיצן מיר שוין אױף שפּילקעס, בלעטערן דורך דעם אַפּ און חלומען וועגן ווײַטערדיקע קאַפּיטלען פֿון „קאָקני ייִדיש“. הלװאַי װעלן זיך אין גיכן באַװײַזן מער מעצענאַטן, װעל איך גערן אַרײַנשטעקן די הערערס אין די אױערן, אַרױסגײן מיטן הונט און אױסגעפֿינען, װאָס נאָך פֿאַר אַ ייִדיש־חידושים וואַלמאַן און לאַקס ברענגען אונדז אינעם המשך.

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img