Jewish co-existence in Vienna: Hasidim, Yiddishists and Bukharan Jews

Views:

אַ פֿרילינג־טאָג אין סוף אַפּריל. ס׳איז עטלעכע שעה פֿאַר אַן אָװנט בײַ „יונג־יִדיש װין“ (לאָמיר זאָגן „ייִװי“) געווידמעט דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קולטור. גײ איך מיט צװײ ייִדישיסטישע פֿרײַנד שפּאַצירן. דער קולטור־צענטער געפֿינט זיך דװקא אין מיטן אַ חסידישער געגנט פֿון װין.

גײען מיר אַרײַן אין אַ פּיצל כּשרן דעלי װאָס באָט אָן פֿיר פֿאַרשײדענע סאָרטן געפֿילטע פֿיש. איך רעד אַרום די ברירות מיט די חבֿרים און קלײַב אױס אַ שטיקל מיט הױט, מיט אַ פּעקל פֿרישן כרײן דערצו.

צװײ חסידישע מײדעלעך אינעם דעלי הערן מיך אונטער און גלאָצן׃ אַזאַ מאָדנער, װעלטלעכער מאַן מיט אַ הוילן קאָפּ. „זײ רעדן ייִדיש — זאָגט זײער מאַמע — אָבער זײ זענען דאָך נישט קײן ייִדישע.“

געפֿילטע פֿיש אינעם דעלי אויף דער ליליענברון־גאַס אין ווין Photo by Jake Schneider

ייִדישיסטן און חסידים׃ מער װי שכנים

מיט אַ האַלבער שעה שפּעטער זיץ איך זיך אינעם קאַפֿע פֿון „שרױפֿן־פֿאַבריק“, דעם פּאָסט־אינדוסטריעלן בנין, וווּ „ייִװי“ דינגט צװײ צימערן. אין הױף, אױף יענער זײַט פֿענצטער, שפּילן זיך אַכט חסידישע קינדער מיט אַ פּילקע. אַלע שרײַען פֿריילעך אױף מאַמע־לשון.

זיצנדיק בײַ דער וויטרינע גרייט איך זיך צו צו אונדזער אונטערנעמונג, װאָס װעט פֿאָרקומען אױף אַ ייִדישיסטישן ייִדיש — מיט פֿעמיניסטישער געשיכטע און געזאַנג פּרעזענטירט פֿון דער פֿאָרשערין אַני כּהן; אוקראַיִניש־ייִדישע זינגלידער פֿון אָלעס עמירם װאַלינטשיק און אָריגינעלער ייִדיש־פּאָעזיע פֿון אַני הקטן.

מיט עטלעכע שעה שפּעטער, נאָך דער געלונגענער אונטערנעמונג, װאָס האָט צוגעצױגן אַ נישקשהדיקן עולם פֿון כאָטש פֿיר לענדער, כאַפּ איך אַ שמועס מיט אַ יונגער פֿרױ, װאָס איך קען זי פֿונעם ייִדיש־סוף־װאָך אין ענגלאַנד׃ אײדל מלובֿיצקי (מאַלאָװיצקי), אַ טאָכטער פֿון אַ װינער חסידישער משפּחה װאָס איז אַזאַ אָפֿטער גאַסט אין ייִווי אַז זי האָט שוין אַפֿילו אירע אייגענע שליסל צום זאַל. טאַקע צוליב דעם וואָס מלובֿיצקי רעדט אַ חסידישן ייִדיש, און די ייִדישיסטן וואָס קומען אין ייִווי רעדן כּלל־ייִדיש, איז געוויינטלעך דאָ מער ווי איין ענטפֿער ווען אַ ייִדיש־לערנער בײַם דאָרטיקן שמועס־קרײַז פֿרעגט, „װי זאָגט מען…?“. מלובֿיצקי ענטפֿערט מיט אַ וואָרט אויף פּויליש־ייִדיש (אָפֿט מיט אַ דײַטשמערישן טעם) — און דער ייִדיש־מבֿין פֿיליפּ שװאַרץ גיט אַן ענטפֿער אויף זײַן לומדישן כּלל־ייִדיש.

איידל מלובֿיצקי בײַם „ייִדיש־סוף־וואָך“ אין ענגלאַנד, יוני 2025 Photo by Jake Schneider

צום טײל אַ דאַנק מלובֿיצקי קומען חרדים אויך אַרײַן אין ייִדיש־קולטור־צענטער. איר טאַטע, הרבֿ חײם מלובֿיצקי, איז דער סלאָנימער רבֿ אין דער קלײנער חסידישער קהילה, און האָט שוין געפֿרעגט אויב ער קען האַלטן אַ דרשה אין „ייִווי“ װעגן אַ קבליסטישן ספֿר וואָס ער שרײַבט, אין וועלכן ער דערקלערט וואָס ליגט צווישן די שורות פֿון דער הגדה.

אויך די תּלמידות פֿון דער בית־יעקבֿ־שולע האָבן פֿרילינג געניצט דאָס אָרט — כּדי צו רעפּעטירן פֿאַר זײער יערלעכן פּורים־שפּיל.

ס׳איז מערקווירדיק וואָס די בערך הונדערט און פֿופֿציק חסידישע משפּחות אין װין — דער עיקר פֿון סאַטמער, בעלץ און גער — האָבן נישט גענוג „אײגענע“ אינסטיטוציעס און געשעפֿטן כּדי זיך באמת אײַנצושפּאַרן, װי מע זעט אין די גרעסערע קהילות. מע קען קױפֿן געפֿילטע פֿיש בײַ די חסידים אָבער נישט, אַ שטײגער, ספֿרים.

אפֿשר דערפֿאַר זענען די חרדישע קרײַזן אין ווין פֿרײַנדלעכער צו, און װײניקער אָפּגעזינדערט פֿון אַנדערע ייִדן ווי מע זעט אין ניו־יאָרק. כאָטש מלובֿיצקיס טאַטע איז אַ חסיד האָט מען זי געשיקט אין דער בית־יעקבֿ־שולע, וואָס געהערט צו די נישט־חסידישע אַזוי־גערופֿענע „ישיבֿישע“ חרדים. שפּעטער האָט זי זיך געלערנט אין דער חב״ד־מיטלשול. מיט אירע חבֿרטעס האָט זי גערעדט אי ייִדיש, אי דײַטש, אי עבֿריתּ.

הײַנט, װי אַ יונגע פֿרוי, איז מלובֿיצקי אַקטיוו אויף פֿאַרשידענע פֿראָנטן: זי דינט אין דער פֿאַרװאַלטונג פֿונעם פֿאַראיין װאָס פֿאַרטרעט די טויזנט יידישע סטודענטן אין װין; פֿאַרנעמט זיך מיט צווישן־רעליגיעזער צוזאַמענאַרבעט, און פֿירט אָן מיט טורן פֿון שטאַטטעמפּל, דער גרעסטער שיל אין שטאָט.

מעלדונגען אויף ייִדיש, דײַטש, ענגליש און העברעיִש אין אַ כּשר בעקערײַ Photo by Jake Schneider

חסידיש־ייִדיש אינעם אוניװערסיטעט

אַן אַנדער פֿאַרבינדונג צווישן די חסידים און די ייִדישיסטן איז דורך דער פֿאָרשאַרבעט פֿון פראָפֿ׳ אסתּר סענדרוי. סענדרוי, אַ ייִדישע טאָכטער פֿון אונגאַרן, איז נישט קיין חסידישע און נישט קיין ייִדישיסטקע, אָבער זי פֿאָרשט פּרטימדיק חסידיש־ייִדיש בײַם ווינער אוניװערסיטעט.

מיט צװײ יאָר צוריק האָבן סענדרוי, מלובֿיצקי און עטלעכע קאָלעגן לאַנצירט אין ווין די ערשטע זומער-פּראָגראַם אויף דער וועלט געווידמעט חסידיש-ייִדיש, וואָס ציט צו סײַ ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, סײַ נייגעריקע לינגוויסטן און סײַ סטודענטן וואָס דאַרפֿן דעריאָגן זעקס קרעדיט־פּונקטן כּדי צו קענען גראַדויִרן.

אין דער פֿרי הערן די סטודענטן פֿון דער זומער־פּראָגראַם שפּראַך־לעקציעס אין אוניווערסיטעט; נאָך מיטאָג פֿאָרן זײ אין „ייִווי“ כּדי זיך אײַנצוטונקען אין דער חסידישער קולטור: ניגונים, טענץ, מעשׂהלעך, פֿילמען — און אַ לעקציע וועגן „טראַכטן“.

וואָס הייסט דאָ „טראַכטן“? אַזוי רופֿט מלובֿיצקי אָן די חסידישע מלבושים. אויף דײַטש ניצט מען דאָס זעלביקע וואָרט פֿאַר פֿאָלקסטימלעכע קאָסטיומען ווי לעדערהויזן און דירנדלעך. די סטודענטן לערנען זיך טאַקע דעם אונטערשייד צװישן די בגדים פֿון אַ סאַטמערער און אַ גערער.

דעם זומער קומט די חסידיש־ייִדיש־פּראָגראַם פֿאָר צװײ מאָל׃ איין מאָל אין װין און ווידער בײַ ייִדיש־זומער װײַמאַר אין דײַטשלאַנד.

„אױף װיפֿל איך װײס — זאָגט מלובֿיצקי — איז די זומער־פּראָגראַם דאָס אײנציקע אָרט איבער דער װעלט װוּ מע קען זיך לערנען חסידיש־ייִדיש — און חסידישע קולטור — אױף אַן אינסטיטוציאָנעלער מדרגה.“

לעאָפּאָלדשטאַט׃ אַ בײגל מיט אַלצדינג

נאָך אײדער חסידישע משפּחות פֿון אונגערן האָבן זיך באַזעצט אין דער געגנט וווּ עס געפֿינט זיך הײַנט ייִװי, אָנהײבנדיק פֿון די 1950ער יאָרן, איז דער קװאַרטאַל געװען דער מיטלפּונקט פֿון ייִדישן לעבן אין עסטרײַך.

פֿאַקטיש שטאַמט דער נאָמען פֿון דער געגנט — „לעאָפּאָלדשטאַט“ — פֿונעם שׂונא־ישׂראל קײזער לעאָפּאָלד דעם ערשטן, װאָס האָט דווקא אַרױסגעטריבן די ייִדן אין יאָר 1670.

זײַן גזירה איז אָבער אַדורכגעפֿאַלן מיט אַ קנאַק. בשעת דער ערשטער װעלט־מלחמה זענען אַ צאָל גאַליציאַנער ייִדן, צװישן זײ אַ סך חסידישע פֿרױען און קינדער, אַנטלאָפֿן אַהין פֿון די שלאַכטפֿעלדער. דאָס האָט די ייִדישע דיכטערין מלכּה לי רירנדיק באַשריבן אין אירע זכרונותדורך קינדערשע אױגן“.

אַחוץ די חסידים האָבן זיך אַהין אַרײַנגעצויגן אָן אַ שיעור אַנדערע ייִדן — ספֿרדים װי עליאַס קאַנעטי, און יעקעס װי זיגמונד פֿרױד.

די נײַסטע כװאַליע ייִדן אימיגרירטע קײן װין, זינט די 1970ער יאָרן, זענען די בוכאַרער פֿון די „סטאַן“-לענדער אין צענטראַל־אַזיע, ס׳רובֿ פֿון זײ שומר שבת. אַ גרױסער טײל פֿון די 2,500 בוכאַרער ייִדן פֿירן געשעפֿטן, אין פֿאַרגלײַך מיט בלויז אַ קליינעם טייל פֿון די טױזנט חסידים וואָס וווינען דאָרט. רעסטאָראַנען, שידוך־ביוראָען, אַן אײַזקרעם־געוועלב, אַ כּשערער סופּערמאַרק. דאָס האָט, לױט מלובֿיצקי, „איבערגעקערט די גאַנצע ייִדישע אינפֿראַסטרוקטור. ׳דעיע׳ יאָר האָבן זײ שױן אױפֿגעמאַכט דרײַ רעסטאָראַנען.“

די צוויי משגיחים, דער בוכאַרער און דער חסידישער, אַרבעטן צוזאַמען װי קאָלעגן און ביידע גרופּעס עסן זײַט בײַ זײַט אין די רעסטאָראַנען, נאָר קיין שידוכים מאַכט מען נישט צווישן זיך.

דעם זונטיק, נאָך דער „ייִװי“־אונטערנעמונג, טרעף איך זיך מיט מלובֿיצקי אויף אַ שפּאַציר אַרום לעאָפּאָלדשטאַט. מיר גײען אַרײַן אין אַ רעסטאָראַנדל וואָס הייסט „וְאָהַבְתָּ!“ — אַ שיינער נאָמען װאָס שפּיגלט אָפּ דעם װינער שלום־בית.

דער נאָמען פֿונעם כּשרן בוכאַרער רעסטאָראַן „ואהבֿת“ שפּיגלט אָפּ דעם שלום־בית צווישן די פֿאַרשידענע ייִדישע גרופּעס אין ווין Photo by Jake Schneider

אײדל און איך האָבן אױסגעקליבן אַ באַקאַנט אַשכּנזיש עסן — אַ בײגל — נאָר דער בוכאַרער קוכער האָט דערױף געשאַפֿן אַ קולינאַרישע מישונג לױט אונדזער פּערזענלעכן געשמאַק. אײן זײַט פֿונעם בייגל האָט ער באַשמירט מיט שמירקעז, װי מע עסט עס אין קװינס, נ״י, און אױף דער צװײטער זײַט — כומוס, אַזוי װי מע עסט עס אין בוכאַרישן קװאַרטאַל פֿון ירושלים. דערצו האָט ער אַרײַנגעשטאָפּט גרינסן אַזױ װי אין אַ באָסנישן קעבאַב־הױז דאָ אין װין — און באַגיסט אַלצדינג מיט שאַרפֿן סאָס אַזש פֿון בוכאַראַ. מיר נעמען מיט די געשטאָפּטע, זאַפֿטיקע בײגל אין זעקלעך און זוכן אין דרױסן אַ זוניק אָרט צו עסן.

נאָך אַ סימן פֿון אַ פֿרידלעכן צוזאַמענלעבן האָב איך באַמערקט ווען איך האָב שפּאַצירט מיט מלובֿיצקי אויפֿן פֿלײמאַרק. דאָרט, לעבן אַ קאַטױלישן קלױסטער, האָב איך געטראָפֿן אַ שטרײַכקאַפּעליע וואָס שפּילט מאָצאַרטס „אײַנע קלײַנע נאַכטמוזיק“. גלײַך לעבן דעם איז געשטאַנען אַ חסידישער טאַטע מיט צוויי טעכטערלעך און זיך צוגעהערט מיט פֿאַרגעניגן.

„איך זאָג אײביק אַז דאָ געשעט קאָ־עקסיסענץ,“ האָט מלובֿיצקי געזאָגט.

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img