אַ שאַרפֿצילער פֿונעם אַמעריקאַנער מיליטער אין וויעטנאַם, בערך 1968 Photo by Wikimedia Commons
אין דער דאָזיקער ייִאושדיקער תּקופֿה פֿון מאָראַלישן הפֿקר, ווען אַפֿילו מײַנע אייגענע קרובֿים און פֿרײַנד האַלטן אין אָפּמעקן די ווערטער „לא־תירצח“ פֿון די לוחות, האָב איך באַשלאָסן צו לייענען מיט מײַנע תּלמידים חנה סאַפֿראַנס ליד „דאָס לעבן רופֿט“. דאָס ליד, אָנגעשריבן אין 1968, האָט גערעדט צו אונדז ווי אַ פֿאַרגאַנגענע שטימע פֿון מאָראַלישער קלאָרקייט פֿאַר אונדזערע צײַטן.
דאָס לעבן רופֿט / חנה סאַפֿראַן
דאָס לעבן רופֿט, דאָס לעבן רופֿט:
שטיי אויף, דו מענטש! פֿון שלאָף שטיי אויף!
דער מאָרגן פֿול איז מיט געזאַנג,
ליכט און פֿאַרב, באַוועג און קלאַנג.
אַרויס אין גאַס, אַרויס מיט פֿרײַנט,
אַ טאָג אַזאַ געבענטשטער הײַנט!
דאָס לעבן רופֿט, דאָס לעבן רופֿט:
ס׳איז העל די זון און פֿריש די לופֿט.
און גרין און גאָלד אין האַרץ פֿון וועלט
אַ נײַ געזאַנג גייט אויף און קוועלט.
נאָר פּלוצלינג, זע! אַ שפּאַרבער פֿליט,
אַ טויב, אַ טויב אין פּיסק צעפֿליקט!
און ס׳רינען טראָפּנס בלוט אויף גראָז…
צעבראָכן ווערט דער טאָג ווי גלאָז.
די ערד רײַסט אויף אַ דונערשאָס.
דער שפּאַרבער־מענטש אויף פֿליגל שטאָל
באַפֿאַלט די טויב, ברענגט אום אַ פֿאָלק.
עס גיסט זיך בלוט אויף פֿעלד און גאַס
און מענטש זײַן ברודער הרגעט, גאַזט…
עס האָגלען באָמבעס, ס׳קראַכן ווענט,
און איך אין מיט פֿון וועלט וואָס ברענט…
ווי ווילד עס פֿלאַקערט פֿײַערפֿלאַם!
רויט דער הימל, רויט דער ים,
רויט די ערד, רויט די לופֿט —
און דאָס לעבן רופֿט און רופֿט…
חנה סאַפֿראַן (1902–1993), אַ געבוירענע אין שעדליץ, פּוילן, איז אין עלטער פֿון 14 יאָר — אין מיטן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה — אָנגעקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן מיט איר משפּחה. צוואַנציק יאָר שפּעטער הייבט זי אָן צו פֿאַרעפֿנטלעכן לידער אין „נײַ לעבן“, „מאָרגן־פֿרײַהייט“, „ייִדישע קולטור“ אַון אַנדערע צײַטשריפֿטן און אַנטאָלאָגיעס. נאָכן אַרויסלאָזן דרײַ ביכער פּאָעזיע — „נצחון“ (1946), „הײַנט“ (1950) און „ליכטיקע שטראָמען“ (1960), איז „דאָס לעבן רופֿט“ (1968), וווּ עס געפֿינט זיך דאָס ליד, געווען איר פֿערט און לעצט בוך לידער.
„דאָס לעבן רופֿט“ איז אַרויס אין מיטן דער אַמעריקאַנער מלחמה אין וויעטנאַם; דער אַנטי־ראַסיסטישער בירגעררעכט־באַוועגונג, און דעם וואָפֿנס־ און קאָסמאָס־פֿאַרמעסט צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין די פֿאַרשיידענע טיילן פֿון בוך קומען צום אויסדרוק קריטיק אויף דער וויעטנאַם־מלחמה, סאָלידאַריטעט מיט די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער און זאָרגן וועגן אַן אַטאָמישער קאַטאַסטראָפֿע. די אַלגעמיינע טעמע פֿון אַנטימיליטאַריזם בלײַבט אָבער אַ לייטמאָטיוו וואָס ציט זיך דורך דער גאַנצער זאַמלונג, שוין פֿון ערשטן ליד.
אין אונדזערע צײַטן פֿון מאָראַלישן באַנקראָט, ווען אַפֿילו ייִדישע דיכטער רופֿן צו נקמה און מאַסנמאָרד, קען חנה סאַפֿראַנס פּאָעזיע העלפֿן געפֿינען דעם וועג צוריק צו דעם וואָס דאָס ייִדישע וואָרט האָט באַדײַט פֿאַר איר — סאָלידאַריזירן זיך מיט די אונטערגעדריקטע, קריטיקירן די מאַכט (אויך די אייגענע), זאָגן ניין צו מלחמה און בלײַבן געטרײַ דער מענטשהייט אויך פֿון אַ טיף ייִדישער פּערספּעקטיוו.
כאָטש סאַפֿראַן דריקט אויס מיט אירע לידער „אַלע פֿאַרדראָסן און פֿרייד פֿון מײַן דור“ (אינעם ליד „דו פֿאַרגעסט“), בלײַבט איר בוך דורכויס צוגעפּאַסט צו אונדזער דור. למשל, די שרעקלעכע דיאַלעקטיק צווישן טראַוומע, געוואַלד און באַפֿרײַונג ווערט מוראדיק אַרטיקולירט אין „אַ מאַמע אין וויעטנאַם“ וואָס שילדערט אַ מוטער וואָס האָט פֿאַרלוירן איר מאַן און קינד אין אַ באָמבאַרדירונג:
איז וווּ זשע זאָל זי גיין, וווּהין זיך קערן?
אַז טרוקן שוין דער קוואַל פֿון אירע טרערן.
איר האַרץ וועט ווערן דאָ אַ שטיין
אינצווישן חורבֿות איין־אַליין.
סײַדן נעמען אויך אַ ביקס אין האַנט,
אַרויסטרײַבן די מערדער פֿונעם לאַנד.
אפֿשר דעמאָלט אויפֿגיין וועט אַ נײַ פֿאַרזיי
און ווידער וועט צו לעבן זײַן כּדאַי.
סאַפֿראַנס שטעלונג איז קאָמפּליצירט. ווי באַלד זי פּרוּווט זיך שטעלן אויפֿן אָרט פֿון דער „מאַמע אין וויעטנאַם“, איז יענע שוין ממילא נישט קיין פּשוטער פּאַסיווער קרבן. מיט איין זײַטל שפּעטער לייענען מיר אָבער „מוטערס־טאָג“, וואָס אינסצעניזירט דאָס מאָל אַן אַמעריקאַנער מאַמע בײַם לייענען אַ בריוו פֿון איר זון, אַ זעלנער אין וויעטנאַם וואָס ווייס נישט וואָס ער טוט דאָרטן („איז וואָס טו איך דאָ? כ’וואָלט עס וועלן פֿאַרשטיין“):
„אַ גליקלעכער מוטערס־טאָג, מײַן טײַערע ׳מאַם׳!
כ’וואָלט עס גערן געזאָגט צו אַ מוטער אין וויעטנאַם,
נאָר כ׳האָב דערהרגעט איר זון און פֿאַרברענט איר הויז,
און ס׳קאָן זײַן, אַז מאָרגן… וועל אויך איך זײַן טויט.“
אויך דאָ בלײַבט סאַפֿראַנס עטישע שטימע ניואַנסירט. דער זון איז אַ מערדער, אָבער ער איז אויך אַ קרבן פֿון אַן אומזיניקער מלחמה וואָס קען אים אַליין אומברענגען. נישט געקוקט אויף זײַן ראָלע אין דער שחיטה העלפֿט אונדז סאַפֿראַן צו אַנטוויקלען מיטגעפֿיל אויך לגבי דעם זעלנער, וואָס שרײַבט צו דער מאַמען:
„ס׳איז פֿרילינג און דער הימל אַזוי וווּנדערלעך בלוי,
נאָר די פֿייגל דאָ שרײַען מיט פּחד אַזוי…
עס רײַסט זיך אַ געבעט פֿון מײַן האַרץ און נשמה,
אַ האָפֿענונג, אַ וווּנטש — אַ סוף צו מלחמה!“
מיר געפֿינען אַן עטישן ניואַנס פֿון אַן אַנדער מין אין איר חורבן־ליד „צום מישפּט!“. דאָרטן באַשרײַבט סאַפֿראַן דאָס ברומען פֿון די מיליאָנען ייִדישע מתים אַקגען זייערע נאַצישע מערדער: „נקמה! נקמה!“. ערשט בײַם סוף פֿון ליד פֿאַרבײַט סאַפֿראַן די קאָלעקטיווע פֿאָדערונג פֿון נקמה אויף אַ פֿאָדערונג פֿון גערעכטיקייט:
מײַן אויסגעהרגעט פֿאָלק
שפּאַנט אום איבער וועלט
און מאָנט:
צום מישפּט!
די רוצחים
צום מישפּט שטעלט!
דאָס ליד געפֿינט זיך אין בוך אונטערן קאַפּיטל „מײַן פֿאָלק“. נאָך די חורבן־לידער געפֿינען מיר אינעם זעלביקן קאַפּיטל אַ פּאָר לידער געווידמעט מדינת־ישׂראל. דאָס בוך, וואָס איז אַרויסגעקומען אַ יאָר נאָך דער אַראַבער־ישׂראלדיקער מלחמה פֿון 1967, שליסט זיך אָן אין דער ציוניסטישער אייפֿאָריע און פּראַוועט דעם ספּעקטאַקולערן נצחון פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי אינעם ליד „דוד און גלית“. מיט אַ פּאָר זײַטן פֿריִער געפֿינען מיר אַ נאָכדרוק פֿון סאַפֿראַנס ליד „מזל־טובֿ ייִדן!“, וואָס איז שוין פּובליקירט געוואָרן אין סאַפֿראַנס לידערבוך „הײַנט“ פֿון 1950 אונטערן קעפּל „צו דער פּראָקלאַמירונג פֿון אַ ייִדישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל דעם 16טן מאַי, 1948“:
מזל־טובֿ ייִדן! געשלאָגן האָט אונדזער שעה:
מדינת־ישׂראל גייט אויף און איז דאָ!
אין בלוט און אין טרערן, דורך פֿײַער און שטאָל,
אַ שטאָלצע עס פֿלאַטערט די פֿאָן פֿון ישׂראל!
די באַגריפֿן „בלוט“, „פֿײַער“ און „שטאָל“ אין ליד, בפֿירושע סימבאָלן פֿון מיליטאַריסטישן פּאַטריאָטיזם, שפּילן שפּעטער אין סאַפֿראַנס ליד „דאָס לעבן רופֿט“ דווקא אַן אַנטימיליטאַריסטישע ראָלע: „און ס׳רינען טראָפּנס בלוט אויף גראָז… / … דער שפּאַרבער־מענטש אויף פֿליגל שטאָל / … ווי ווילד עס פֿלאַקערט פֿײַערפֿלאַם!“ („דאָס לעבן רופֿט“). ס’איז אָבער דאָ נאָך אַ טעקסטועל שײַכות צווישן די לידער. אין „מזל־טובֿ ייִדן!“ געפֿינען מיר אין מיטן פֿון דער שׂימחה אויך די שורות:
מײַן פֿאָלק זאָל ניט ווערן אַ שותּף צו רויב,
זאָל קיין מאָל ניט שעכטן פֿון שלום די טויב.
סאַפֿראַן גראַמט „רויב“ מיט „טויב“ און וואָרנט מדינת־ישׂראל — „איר פֿאָלק“, הייסט עס — נישט צו שעכטן די טויב פֿון שלום, אַזוי ווי דער „שפּאַרבער־מענטש“ אין „דאָס לעבן רופֿט“ וואָס „באַפֿאַלט די טויב, ברענגט אום אַ פֿאָלק“. ווי טרויעריק לייענען זיך סאַפֿראַנס שורות אין אונדזערע טעג.
*
פֿאַר חנה סאַפֿראַן, אַן איבערגעגעבענער ייִדישיסטין, איז ייִדישע פּאָעזיע — פֿאַרגאַנגענע, הײַנטיקע און צוקונפֿטיקע — אין תּוך גענומען פֿאַרבונדן מיטן פֿאַרטיידיקן די אונטערגעדריקטע און מיטן אָפּזאָגן זיך פֿון מלחמה. אינעם ליד „באַווײַז זיך, דו יורש פֿון ייִדישן וואָרט!” לייענען מיר:
עס קלינגט אָפּ געשריי פֿון באַעוולטן מענטש
אין לידער פֿון אַלערליי צײַטן —
איך טראָג זיי צו דיר מיט מאַמעשע הענט,
דו זאָלסט זיי אויף פֿרעמדס ניט פֿאַרבײַטן.
איך טראָג אויך צו דיר די בענקשאַפֿט נאָך פֿריד,
וואָס בליט ווי אַ בלום אויף די קבֿרים,
דו זאָלסט אין דײַן יונגן ייִדישן ליד
מלחמות און חורבן פֿאַרשפּאָרן.
סאַפֿראַן אַרטיקולירט אין ליד די סכּנה פֿון „זיך אָפּקערן פֿון ייִדיש“ נישט אין באַגריפֿן פֿון שפּראַך־פּאַטריאָטיזם, נאָר מיט אַ מאָראַלישן געבאָט צו בלײַבן געטרײַ עטישע ווערטן וואָס זי אַסאָציִיִרט מיט דער ייִדישער שפּראַך. פֿאַר סאַפֿראַנען הייסט ייִדיש מענטשלעכקייט, און אַזוי אַרום זאָל „דער יורש פֿון ייִדישן וואָרט“ זײַן באַוואָרנט נישט צו פֿאַרבײַטן זײַן מענטשלעכקייט אויף פֿרעמדס.
*
„דאָס לעבן רופֿט“ – דאָס ליד, דאָס בוך, און אויך די ווערטער אַליין — זײַנען ערשטנס אַ געבאָט צו פּראַווען דאָס לעבן, זײַן שיינקייט, זײַן פֿרייד. בײַם סוף פֿון ליד ווערן זיי אָבער פֿאַרוואַנדלט אין אַ רוף צו פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט, צום מאָראַלישן אימפּעראַטיוו זיך אָפּצוזאָגן פֿון דער אומלאָגיק פֿון מלחמה און צו פֿאָדערן דאָס צוריקשטעלן דאָס לעבן אַנשטאָט אַ קולטור פֿון טויט. „דאָס לעבן רופֿט“ לערנט אונדז אַז מע טאָר זיך ניט אָפּזאָגן פֿון דער האָפֿענונג און אַז מאָראַלישע פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט איז אָפּהענגיק אין אָפּטימיזם. סאַפֿראַנס אָפּטימיזם האָט באַוועגט אויך מיך צו פֿאַרעפֿטנלעכן די אָ שורות נאָך אַ לאַנגער צײַט פֿון האָבן דאָס געפֿערלעכע געפֿיל אַז אַלע ווערטער זענען געוואָרן איבעריק, אַז קיינער הערט זיך סײַ ווי נישט צו, אַז גאָרנישט קען אָפּשטעלן די קאַטאַסטראָפֿע. ניין, זאָגט מיר סאַפֿראַן אין איר ליד, דאָס לעבן רופֿט.
דאָס לעבן רופֿט טאַקע. די פֿראַגע איז צי מיר האָבן נאָך אויערן צו הערן.