Memoirs of a Jew who prosecuted criminals in Soviet Ukraine

Views:

ווי ס׳איז גוט באַקאַנט, האָט אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד עקזיסטירט אַ „גלעזערנע סטעליע“ אין דער קאַריערע פֿאַר ייִדן אױף דער מלוכישער דינסט. אָבער אַזױ װי מיט אַלע אַזעלכע באַגרענעצונגען, זײַנען אױך געװען יוצא־דופֿנס.

װעגן אַזאַ מין פֿאַל דערצײלט מיכאל גאָלדיס (1926־2020) אין זײַנע „זכרונות פֿון אַ ייִדישן ראַיאָן־פּראָקוראָר אין דער סאָװעטישער אוקראַיִנע“. גאָלדיס האָט זיך גענומען פֿאַר פֿאַרשרײַבן דאָס „מעשׂה־בוך“ פֿון זײַן לעבן אױף דער עלטער װען ער האָט אימיגרירט קײן אַמעריקע. איצט איז זײַן בוך אַרױס אױף ענגליש מיט אַ הקדמה אָנגעשריבן פֿון זײַן אײניקל מאַראַט גרינבערג, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסיש אינעם ריד־קאָלעדזש אין אָרעגאָן.

גאָלדיס איז געװען אַ מוסטערהאַפֿטיקער סאָװעטישער ייִד, שרײַבט גריבנערג. ער איז געבױרן געװאָרן אין 1926 אינעם פּאָדאָליער שטעטל יאַלטושקאָװ, אָבער אױפֿגעװאַקסן איז ער לעבן דער צוקער־פֿאַבריק, װוּ זײַן טאַטע איז געװען דער פֿאַרװאַלטער. זײַן סבֿיבֿה איז ניט געװען קײן ייִדישע, און דערפֿאַר האָט ער קײן ייִדיש ניט געקענט. זײַנען מאַמע־לשונות זײַנען געװען רוסיש און אוקראַיִניש. בשעת דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט גאָלדיס געדינט װי אַן אָפֿיצער אין דער רױטער אַרמײ, און דערנאָך שטודירט יוריספּרודענץ אינעם קיִעװער אוניװערסיטעט.

זײַן גאַנצע קאַריערע איז געװען אין דער פּראָקוראַטור־דינסט, לכתּחילה אינעם שטעטל קראַסילאָװע און דערנאָך אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסק. צוליב זײַנע קענטענישן פֿון דער רוסישער און אוקראַיִנישער קולטור איז ער געװען אַן אײגענער סײַ צװישן מלוכישע אָנגעשטעלטע און סײַ צװישן דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג.

גאָלדיסעס לעבעדיקע געשיכטעסמעשׂיות אַנטפּלעקן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן אין פּאָדאָליער שטעטלעך און דערפֿער צווישןאין די 1950ער און ־1980ער יאָרן. דאָס רובֿ פֿאַרברעכנס, װאָס ער האָט אױסגעפֿאָרשט און געבראַכט צום געריכט, זײַנען באַגאַנגען געװאָרן דורך אָרטיקע תּושבֿים. די סיבות זײַנען אָפֿטמאָל געװען גאַנץ פּשוטע:, אַ מחלוקות, אײפֿערזוכט, אָדער סתּם אַ צופֿאַל, װאָס האָט גורם געװען אַן אומפֿאַל אָדער טױט. די אומשטאַנדן זײַנען צומאָל געװען פֿאַרפּלאָנטערטע, בפֿרט װען דער פֿאַרברעכער האָט געהאַט אַ פּראָטעקציע אין די „הױכע פֿענצטער“ פֿון דער אָרטיקער מאַכט. אין אַזאַ פֿאַל האָט מען געגעבן גאָלדיסן אַ „גוטע עצה“ צו פֿאַרמאַכן די אױגן אױף יענע ראיותסימנים, װאָס האָבן געקענט אַנטפּלעקן דעם שולדיקן.

למשל, אַ יונגער מאַן איז דערטראָנקען געװאָרן אינעם טײַך און מען האָט דאָס געהאַלטן פֿאַר אַן אומגליק־צופֿאַל. אָבער די אמתע סיבה פֿון זײַן טױט איז געװען אַ מאָרד. דער מערדער איז געװען אַ פּשוטער יאַט, נאָר זײַן פֿרױ האָט פֿאַרנומען אַ חשובֿע שטעלע אין דעם קאָלװירט. זי האָט געפּועלט, מען זאָל איר מאַן ניט טשעפּען. גאָלדיס האָט אױסגעפֿונען אַ קונציקן אופֿן, װי אַזױ צו ברענגען דעם מאַן צו אַ פֿאַרהער אָן דער פֿרױ, און יענער האָט זיך מודה געװען אינעם מאָרד.

דעם אַמעריקאַנער לײענער װעט אַװדאי אינטערעסירן די טעמע פֿון אַנטיסעמיטיזם. װי אַזױ האָט  אַ ייִז זיך געגעבן אַן עצה אין דער סאָװעטישער יוסטיץ־סיסטעם אין אוקראַיִנע, בפֿרט אין דער צײַט פֿון אַנטיסעמיטישע רדיפֿות? דאָס רובֿ העלדן פֿון גאָלדיסעס זכרונות זײַנען געווען פּשוטע מענטשן, און אַפֿילו די בײזע פֿאַרברעכערס צװישן זײ זײַנען ניט קײן אַנטיסעמיטן.

אַנטיסעמיטישע שטימונגען זענען געקומען דווקא פֿון די העכערע סאָװעטישע אָנגעשטעלטע. אױף דעםר פּאַרטײ־פּלענום האָט גאָלדיס געהערט אַזאַ מין דיבורם װעגן ייִדן: „עס איז אין זײער בלוט רײַךנתאשר צו װערן אױפֿן פֿאָלקס חשבון. מען דאַרף קײן רחמנות אױף זײ ניט האָבן, מען דאַרף זײ שלאָגן איבערן קאָפּ!“. דאָס איז געװען אַ חידוש פֿאַר גאָלדיסן, דעם געטרײַעם סאָװעטישן בירגער װאָס האָט נאָך געגלױבט אינעם קאָמוניסטישן חלום.:

„צו יענער צײַט האָב איך שױן געזען פֿאַרשײדענע צורות פֿון אַנטיסעמיטיזם און אױך געליטן אַלײן דערפֿון. אָבער דאָך בין איך דערשטױנט געװאָרן פֿון דעם, װאָס איך האָב געהערט אױפֿן פּלענום. דער ערשטער סעקרעטאַר פֿונעם געגנט־קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, אַ פּאָליטישער טוער פֿון אַזאַ הױכן ראַנג — –און אַזאַ גראָבער, פּרימיטיװער אַנטיסעמיטיזם!“ אָבער אַפֿילו די פֿאַרברענטע אַנטיסעמיטן אין גאָלדיסעס באַשרײַבונגעןמעשׂיות קענען צומאָל זײַן יושרדיק לגבי אײנצלנע ייִדישע יחידים.

דאָס רובֿ פֿאַרברעכנס אין דער סאָװעטישער אוקראַיִנע זײַנען געװען ענלעך צו אַנדערע לענדער: גנבֿות, מאָרדן, פֿאַרגװאַלדיקונגען. אָבער די סאָװעטישע יוסטיץ האָט געהאַט נאָך אַ קאַטעגאָריע, װאָס האָט ניט עקזיסטירט אין קאַפּיטאַליסטישע לענדער: פּריװאַטע אונטערנעמערישקײט. אונטער דעם סאָציאַליסטישן רעזשים איז װאָסער ניט איז פּריװאַטע עקאָנאָמישע אַקטיװיטעט  געװען פֿאַרװערט, און ייִדן זײַנען אָפֿט מאָל געפֿאַלן שולדיק דװקא פֿאַר אַזאַ מין פֿאַרברעכנס. אײן בײַשפּיל איז אַ ייִדישער ראָש פֿונעם קאָלװירט, װאָס האָט געװאָלט אױפֿבױען אַ נײַעם פֿי־שטאַל. צוליב אַ דוחק אױף בױ־מאַטעריאַלן האָט ער זײ ניט געקענט קריגן לעגאַל פֿון דער מלוכה. ער האָט ער אַרױסגענומען געלט פֿון דער קאָלװירט־קאַסע און געקױפֿט מאַטעריאַלן אױפֿן שװאַרצן מאַרק. דעם פֿי־שטאַל האָט ער טאַקע יאָ אױפֿגעבױט, אָבער פֿאַר דעם האָט ער פֿאַרלױרן זײַן שטעלע.

מיכאל גאָלדיסעס ביאָגראַפֿיע איז װײַט ניט קײן טיפּישע פֿאַר סאָװעטישע ייִדן. ייִדן האָבן פֿאַרנומען הױכע אַמטן אין סאָװעטישע מלוכישע אַנשטאַלטן פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה, אָבער סוף־1940ער יאָרן האָט מען זיך גענומען פֿאַר מאַכן די מאַכט־אָרגאַנען „ייִדן־רײן“. גאָלדיס אַנטפּלעקט אין זײַנע זכרונות אַ זײַט פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער געשיכטע, װאָס איז אָפֿט מאָל פֿאַרשטעלט דורך דעם נאַראַטיװ פֿון דיסקרימינאַציע און רדיפֿות.

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img