New issue of ‘Yidishland’ devoted to anthology of new Yiddish poetry

Views:

ס׳איז לעצטנס אַרויס דער 27סטער נומער פֿונעם ליטעראַרישן קוואַרטלניק „ייִדישלאַנד“, וואָס עפֿנט זיך מיט אַן עסיי געווידמעט אַ נײַער אַנטאָלאָגיע ייִדישע לידער פֿון הײַנטצײַטיקע שרײַבער. יעדעס ליד ווערט באַגלייט מיט זײַן רוסישער איבערזעצונג.

דאָס בוך „איך קער זיך אום“ איז דערשינען אין מאָסקווע.

אין דער אַנטאָלאָגיע געפֿינען זיך ייִדישע לידער פֿון צוועלף דיכטער פֿון פֿאַרשיידענע לענדער: לעוו בערינסקי (ישׂראל), פֿעליקס חיימאָוויטש (ווײַסרוסלאַנד), מיכאל פֿעלזענבאַום (ישׂראל), וועלוול טשערנין (ישׂראל), גיטל שעכטער-ווישוואַנאַט (פֿ״ש), ישׂראל נעקראַסאָוו (רוסלאַנד), ברוריה וויגאַנד (ענגלאַנד), שלום בערגער (פֿ״ש), יואל מאַטוועיעוו (רוסלאַנד), מאַרעק טושעוויצקי (פּוילן), קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ (דײַטשלאַנד) און דוד־עומר כּהן (האַלאַנד).

דעם עסיי האָט אָנגעשריבן דער איניציאַטאָר פֿון אָט דעם גרויסן קולטור־פּראָיעקט, דער ישׂראלדיק־רוסלענדישער נדבֿן ברוך־לייב זײַטשיק, וועלכער איז אויסגעוואַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה און האָט אָפּגעהיט די ליבע צום מאַמע־לשון.

נאָך אַ „חן־גריבעלע“ פֿון דעם נײַעם נומער איז אַ ייִדישע איבערגעזעצונג פֿון אַ לאַדינאָ פּיעסע, „אַ פֿרוי אַ קעכין“. מאַטילדע כּהן־סאַראַנאָ (1939 –2024) איז געווען איינער פֿון די לעצטע שריפֿטשטעלער, וואָס האָבן געשאַפֿן זייערע ווערק אויף דעם טראַדיציאָנעלן לשון פֿון די ספֿרדישע ייִדן. די פּיעסע האָט איבערגעזעצט דוד־עומר כּהן, וועלכער האָט באַגלייט די פּובליקאַציע מיט אַ הקדמה.

אין דעם נומער זײַנען אויך פֿאַרעפֿנטלעכט נײַע לידער פֿון באָריס קאַרלאָוו (ישׂראל, פֿ״ש), הלל קאַזאָווסקי (ישׂראל), וועלוול טשערנין, קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ, דזשעניפֿער שטערן (פֿ״ש), יעל מערליני (דײַטשלאַנד) און פֿעליקס חיימאָוויטש. די לייענער וועלן אויך באַמערקן אַ נײַעם מחבר: אליה נחמנסאָן (רוסלאַנד) האָט אָנגעשריבן צוויי ייִדישע שפּאַס־סאָנעטן. פֿריִער איז זי אַרויסגעטראָטן נאָר ווי אַן איבערזעצער פֿון ייִדישער ליטעראַטור אויף רוסיש.

דער אָפּטייל פֿון דער קינסטלערישער פּראָזע איז ממשיך מיט די ראָמאַנען פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום און קלאַראַ־בעל (פֿ״ש), ווי אויך מיט אַ קורצער דערציילונג פֿון דניאל־מענדל טשערנין (ישׂראל). דוד־עומר כּהן האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאַרצייכענונג וועגן דעם ייִדישן קאַבאַרעט „לי־לה־לו“, וואָס האָט אַמאָל געאַרבעט אין אַמסטערדאַם.

ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ קענען לייענער הנאה האָבן פֿון די באַשטענדיקע רובריקן „פֿאַר קינדער און קינדס־קינדער“, „ערשט פּובליקירטע ביכער“ און „מאַטעריאַלן צום לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 21סטן יאָרהונדערט“. אין דער רובריק „אַ נײַ זינגליד“ איז פֿאַרעפֿנטלעכט דאָס ליד „דער סנה“, פֿון אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו ז״ל, מיט מוזיק פֿון זײַן זון אַלעקסיי.

באַשטעלן דעם זשורנאַל קאָן מען בײַם פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי טעקסט“: https://www.facebook.com/olnianskytekst?locale=he_IL

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img