Seeking people to answer questions for Yiddish Family Feud game

Views:

דעם זומער וועט מען אויף דער ייִדיש־וואָך פֿון יוגנטרוף — אַ זיבן־טאָגיקער זומער־לאַגער פֿאַר ייִדיש־רעדער אין קאָפּייק, ניו־יאָרק — ממשיך זײַן אַ טראַדיציע: מע וועט שפּילן אַ ייִדישן נוסח פֿונעם פּאָפּולערן טעלעוויזיע־שפּיל, „פֿעמילי פֿיוד“ (משפּחה־מחלוקת, בלע״ז).

אינעם שפּיל, וואָס מע רופֿט אויף דער ייִדיש־וואָך לויט אַ מער ייִדישלעכן נאָמען, „וואָס זאָגט עמך?‟, פּרוּוון די שפּילער טרעפֿן וואָס זענען געווען די פּאָפּולערסטע ענטפֿערס אויף אַ צאָל פֿראַגעס וואָס מע האָט געשטעלט די פֿאָרווערטס־לייענער און אַנדערע ייִדיש־קענער.

ווי אין פֿריִערדיקע יאָרן פֿאַרבעט מען די פֿאָרווערטס־לייענער אויסצושטעלן די אַנקעטע, אַפֿילו אויב זיי פֿאָרן נישט אויף דער ייִדיש־וואָך, דורכן ענטפֿערן אויף 20 פּשוטע פֿראַגעס. די אַנקעטע דאַרף נישט דויערן מער ווי 10 מינוט. מע קען ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס מיט ייִדישע אותיות אָדער מיט לאַטײַנישע.

צווישן די פֿראַגעס וועט איר געפֿינען „וואָס האָבן קעצעלעך ליב צו עסן?‟ און „וואָס פֿאַר אַן אָרט איז זייער טומלדיק?‟ אַלע ענטפֿערס וועלן געזאַמלט ווערן און דערפֿון וועט מען צונויפֿשטעלן אַ סטאַטיסטיק, כּדי די שפּילערס אויף דער ייִדיש־וואָך זאָלן קענען טרעפֿן וואָס זענען געווען די פּאָפּולערסטע ענטפֿערס.

אויב איר ווילט זיך באַטייליקן אין דער אַנקעטע, גיט אַ קוועטש דאָ.

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img