פּויערים אין ווילאַנאָוו, וואַרשע פֿאַרברענגען אין אַ ייִדישער קרעטשמע — מאָלערײַ פֿון גוסטאַוו פּילאַטי, פֿאַר 1931 Photo by Picryl
אינעם אַמאָליקן פּױלן האָבן צענדליקער טױזנטער ייִדישע משפּחות געצױגן זײער פּרנסה פֿון כּלערלײ קרעטשמעס, אײַנפֿאָרהײַזער, שענקען און אַכסניות אין דערפֿער, קלײנע שטעטלעך און גרױסע שטעט. אין דער קרעטשמע האָבן זיך צונױפֿגעקומען אַלע שיכטן פֿון דער אַמאָליקער געזעלשאַפֿט: ייִדן, פּױערים, אַדללײַט, מיליטער־לײַט און באַאַמטע.
פֿאַר די פּױלישע ליטעראַטן און מוזיקער איז די ייִדישע קרעטשמע געװען אַן אינדזל פֿון דער עקזאָטישער פֿרעמדער קולטור. דער דאָזיקער טעמע איז געװידמעט דאָס נײַע זאַמלבוך „די ייִדישע קרעטשמע אין דער פּױלישער קולטור: צװישן פּראַקטיקע און פֿאַנטאַזיע“, רעדאַקטירט דורך פּראָפֿעסאָרקעס האַלינע גאָלדבערט (אינדיאַנאַ־אוניװערסיטעט) און באָזשענאַ שאַלקראָס (אוניװערסיטעט פֿון שיקאַגע).
ייִדישע קרעטשמעס זײַנען געװען אַ נישקשהדיקער קװאַל פֿון הכנסה פֿאַר די גוטבאַזיצער, זײערע אמתע בעלי־הבתּים. ייִדן האָבן כּסדר גענומען קרעטשמעס אױף אַרענדע בײַ פּױלישע פּריצים. מיט דער קרעטשמע האָבן זײ באַקומען דאָס רעכט אױף „פּראָפּינאַציע“, צו פֿאַרקױפֿן בראָנפֿן און ביר. פֿאַר דעם האָבן זײ באַצאָלט אַ ספּעציעלן שטײַער.
יהודית קאַליק (תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט) האָט שטודירט אַ סך היסטאָרישע דאָקומענטן װעגן דער אַרענדע פֿון קרעטשמעס. װײַזט אױס, אַז ביזן 17טן יאָרהונדערט זײַנען דאָס רובֿ אַרענדאַרן אין אוקראַיִנע געװען ניט ייִדן, נאָר קריסטלעכע פּראַװאָסלאַװנע גלחים. זײ זײַנען אַװדאי געװען ניט גליקלעך איבער דער קאָנקורענץ מיט ייִדן, װאָס האָבן געהאַט בעסערע באַציִונגען מיט די פּױלישע פּריצים. דאָס איז געװאָרן אײנע פֿון די סיבות פֿון די בלוטיקע שחיטות בעת גזירות תּ״ח ות״ט — באָהדאַן כמעלניצקיס קאָזאַקישן אױפֿשטאַנד אין 1649־1653.
די מחברים פֿונעם באַנד זײַנען אױסן צו באַהאַנדלען סײַ די היסטאָרישע און סײַ די סימבאָלישע אַספּעקטן פֿון דער קרעטשמע. זײ באַטראַכטן זי װי אַן אײגנאַרטיקע דערשײַנונג, װאָס האָט איבערגעלאָזט שפּורן אין דער ייִדישער און דער פּױלישער קולטור. פֿאַר די פּױלישע ראָמאַנטישע דיכטער איז דער קרעטשמער געװען די „נשמה“ פֿון דער קרעטשמע. בײדע זײַנען געװען אָרגאַניש פֿאַרבונדן, באַמערקט שאַלקראָס.
דער סאַמע באַרימטער מוסטער פֿון אַזאַ מין אײניקײט געפֿינט זיך אין דער פּאָעמע „פּאַן טאַדעוש“ (1834) פֿון אַדאַם מיצקעװיטש (1798־1855). יאַנקעל דער קרעטשמער שפּילט עטלעכע פֿאַרשײדענע ראָלעס אין דער פּאָעמע. ער איז אַ פֿרומער ייִד און אַ געטרײַער פּױלישער פּאַטריאָט. דערצו איז ער אַ מוזיקער, אַ גבאי אין שול, װי אױך אַ פּשרן, װאָס גלײַכט אױס מחלוקות צװישן פּױלישע פּריצים. ער דינט װי אַ געהײמער שליח פֿונעם פּױלישן גלח, װאָס גרײט צו אַן אױפֿשטאַנד קעגן דער רוסישער מאַכט.
יאַנקעל דעם קרעטשמערס ליטעראַרישע געשטאַלט איז געװאָרן אַ סימבאָל פֿונעם פּױליש־ייִדישן אַחדות. אָבער מיט דער צײַט זײַנען ייִדן אַנטױשט געװאָרן אינעם דאָזיקן חלום. בעתן אַנטי־רוסישן אױפֿשטאַנד אין 1863 האָבן אַ היפּשע צאָל ייִדן, בפֿרט אין דער ליטע, געשטיצט דװקא די רוסישע מאַכט.
די צװײטע פֿיגור, װאָס שפּילט אַ חשובֿן אָרט אין דער קרעטשמע, איז יאַנקעלס טאָכטער. איר לעבן איז ניט קײן גרינגע. פֿון אײן זײַט דאַרף זי זיך פֿירן װי אַ כּשרע ייִדישע טאָכטער, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט דאַרף זי באַדינען כּלערלײ קונים, אָפֿטמאָל שיכּורע. גלען דײַנער (אוניװערסיטעט פֿון װירדזשיניע) דערצײלט װעגן דעם גורל פֿון יולאַ, אַ קרעטשמערס טאָכטער פֿון קראָקע.
אין די 1920ער יאָרן האָט יולאַ געפֿירט אַ טאָגבוך אױף פּױליש, װאָס האָט זיך אָפּגעהיט אינעם ייִװאָ־אַרכיװ. איר פֿאָטער איז געװען אַ פֿרומער חסיד. דערבײַ האָט זי זיך געלערנט אין אַ פּױלישער שול און ליב געהאַט פּױלישע ליטעראַטור. קריסטלעכע יונגעלײַט האָבן געפּרוּװט שפּילן אַ ליבע מיט איר, װאָס האָט זי שטאַרק פֿאַרדראָסן. סוף־כּל־סוף האָט זי חתונה געהאַט מיט אַ חסידישן בחור און געמאַכט שלום מיט איר גורל װי אַ ייִדישע פֿרױ.
די קרעטשמע האָט געדינט װי אַ לאָקאַל פֿאַר חתונות, סײַ ייִדישע סײַ קריסטלעכע. בײַ אַ חתונה װיל מען האָבן מוזיק, און דערױף האָט מען געהאַט כּלי־זמרים. אַ פּשוטע קאַפּעליע איז באַשטאַנען פֿון אַ צימבל, אַ פֿידל, צומאָל אױך אַ באַס און אַ פּױק, שרײַבט בנימין פֿאָגעל (װאַרשעװער אוניװערסיטעט). קינסטלער פֿון יענער צײַט האָבן איבערגעלאָזט אַ צאָל בילדער פֿון חתונות אין קרעטשמעס, װוּ מען קען זען כּלי־זמרים מיט זײערע אינסטרומענטן. דער זכר פֿון די דאָזיקע אינסטרומענטן איז פֿאַרבליבן אין ייִדישע פֿאַמילע־נעמען, אַזעלכע װי פֿידלער, באַס, צימבלער.
עס איז מערקװירדיק, װאָס דװקא די געשטאַלט פֿון פֿידלער האָט מען גענוצט פֿאַרן קעפּל פֿונעם מיוזיקל און פֿילם װעגן טבֿיה דעם מילכיקער, הגם אין שלום־עליכמס מקור איז ניטאָ קײן שפּור פֿון אַזאַ אימאַזש. אָבער אינעם פֿילם „פֿידלער אױפֿן דאַך“ זעט מען אַ לעבעדיקן עפּיזאָד מיט טײַבלס חתונה, װאָס קומט פֿאָר אין אַ קרעטשמע.
איװאָנאַ קורץ (װאַרשעװערט אוניװערסיטעט) באַטראַכט אַן אַנדער קינאָ־אימאַזש פֿון דער ייִדישער קרעטשמע, דעם פֿילם „אַוּסטעריאַ“ (1982) אױפֿן סמך פֿון יוליאַן סטריִיקאָװסקיס נאָװעלע מיטן אײגענעם טיטל. די האַנדלונג קומט פֿאָר אין עסטרײַכישער גאַליציע אינעם ערשטן טאָג פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. די קרעטשמע װערט אַ מין נחס תּבֿה, װוּ עס קומען ייִד און ניט־ייִדן, װאָס זוכן אַ מיקלט פֿון די קומעדיקע פּורעניות. דער קרעטשמער איז דער הױפּטהעלד, װאָס פּרוּװט אונטערצוהאַלטן די אָרדענונג אין צװישן אָט דעם באַלאַגאַן.
מען האָט אָנגעהױבן צו מאַכן דעם דאָזיקן פֿילם גלײַך נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם בוך אין 1967. אָבער צוליב די רדיפֿות קעגן ייִדן אין פּױלן, װאָס האָבן אױסגעבראָכן אין 1968, איז דאָס געװאָרן ניט מעגלעך. אָבער דער פּאָליטישער מצבֿ אין 1982 איז געװען גאָר אַן אַנדערער, דערקלערט קורץ. אין 1981 האָבן זך אין פּױלן אױסגעבראָכן שטרײַקן און דעמאָנסטראַציעס קעגן דער רעגירונג. כּדי צו דערשטיקן די מאַסן־פּראָטעסטן האָט די מאַכט אַרײַנגעפֿירט אַ מיליטערישן צושטאַנד (martial law, בלע״ז).
דער הױפּט־קעגנער פֿון דער רעגירונג איז דער אומאָפּהענגיקער פּראָפֿפֿאַראײן “סאָלידאַרנאָשטש” (סאָלידאַריטעט). די מאַכט האָט געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס צו דעם ייִדישן עבֿר. אַזױ איז „אַוּסטעריאַ“ געװאָרן דער ערשטער פּױלישער פֿילם זינט דער צװײטער װעלט־מלחמה, װאָס איז אין גאַנצן געװידמעט דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, שרײַבט קורץ. דאָס איז געװאָרן דער ערשטער סימן פֿונעם אױפֿװאַכנדיקן אינטערעס בײַ דעם נײַעם דור פּאָליאַקן צו דער פֿאַרגעסענעם ייִדישן עבֿר אין זײער לאַנד.
הײַנט געפֿינט מען „ייִדישע“ קרעטשמעס און רעסטאָראַנען אין פֿאַרשײדענע פּױלישע שטעט, װוּ עס האָבן אַ מאָל געלעבט ייִדן. אײניקע קריטיקער טענהן, אַז דאָס איז סתּם „קיטש“, װאָס זײַן ציל איז צוצוציִען ייִדישע טוריסטן פֿון אַמעריקע און ישׂראל. סלאַװאָמיר סיראָטאַ (װאַרשעװער אוניװערסיטעט) איז טײלװײַז מסכּים: „עס איז שװער צו ‘בױען’ אַן עכט־ייִדישן לאָקאַל אָן ייִדן,“ שרײַבט ער, אָבער ער האַלט, אַז אַזוינע כּמו־ייִדישע לאָקאַלן ברענגען אַרײַן פֿיל־עטנישע פֿאַרשײדן־מיניקײט אינעם הײַנטיקן פּױלן.
די קרעטשמע איז געװען אַן אָרט, װוּ עס האָבן זיך צונױפֿגעקומען ייִדן און ניט־ייִדן, מענער און פֿרױען, אָרעמע און רײַכע, װוּ מען האָט געגעסן און געטרונקען, געשפּילט מוזיק, געטאַנצט און געזונגען. און טאַקע דערפֿאַר איז זי אַ געלונגענע פֿאָרשערישע טעמע פֿאַר אַ זאַמלבוך. זי דינט װי אַ שפּאַקטיװ, װאָס לאָזט דערקענען פֿאַרשײדענע צדדים פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן.