דער מחבר, אַסף קירשנער, איז די לעצטע צוויי יאָר געווען אַ תּלמיד פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשערין ד״ר מרים טרין, אינעם ייִדיש־קלאַס אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. ער איז שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין דער ייִדישער שפּראַך, געשיכטע און קולטור און באַזונדערש אין לינגוויסטישע אַספּעקטן. ער איז 29 יאָר אַלט און וווינט אין הרצליה און אין ירושלים.
נאָך דעם ווי זײַנער אַ קוזין — אופֿיר ענגעל — איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן דעם 7טן אָקטאָבער 2023 פֿון קיבוץ בארי קיין עזה, איז אַסף געוואָרן אַן אַקטיוויסט אין דער בירגער־באַוועגונג וואָס קעמפֿט ביז הײַנט פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון די פֿאַרכאַפּטע. זײַן קוזין איז באַפֿרײַט געוואָרן דעם 29סטן נאָוועמבער 2023.
101 פֿאַרכאַפּטע — נאָך לעבעדיקע און שוין טויטע — ווערן נאָך אַלץ אַכזריותדיק געהאַלטן געפֿאַנגען אין עזה.
דאָס העמד
(באַזירט אויף אַן אמתער מעשׂה)
שוין אַ יאָר איז פֿאַרבײַ און איך טראָג נאָך דאָס העמד,
אויף וועלכן סע שטייט דײַטלעך „ברענגט זיי צוריק!“
ס’איז אַ טייל פֿון מײַן גוף, מיר זענען נישט פֿרעמד,
ממש פֿון ווען ס׳איז אַרויס פֿון פֿאַבריק.
דאָס העמד איז דאָס זעלבע, נאָר אַנדערש — די צײַט.
אַנטקעגן מיר גייט אַ ייִד פֿון די לײַט.
ער זעט וואָס סע שטייט, ווערט זײַן מויל פֿול מיט ברכות:
„נעם זשע דײַן העמד און וויש זיך דעם תּחת!“
איך שטיי שטום און שטיל, לחלוטין צעמישט,
און שווײַגנדיק טראַכט איך מיט שווערסטן געמיט —
„אויב אַ גוי וואָלט געזאָגט, וואָס דו האָסט געזאָגט,
וואָלטסט דאָך געשריגן: ‘אַנטיסעמיט’!“
אָקטאָבער 2024
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor