Tidbits: Growing Jewish community in Tatarstan gets rabbi

Views:

Tidbits is a bi-weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief. Listen to the report here:

https://forward.com/wp-content/uploads/2024/12/rabbi-in-tatarstan.m4a

אין נאַבערעזשניע כעלני, טאַטאַרסטאַן, האָבן די ייִדישע אײַנוווינער לעצטנס באַקומען אַ רבֿ. הרבֿ חיים דוד פּאַיִר און זײַן פֿרוי, רביצין חיה צפּורה, זענען באַשטימט געוואָרן דורך די פֿירער פֿון חב״ד אָנצופֿירן מיט דער קהילה.

לויט וויקיפּעדיע איז די שטאָט נאַבערעזשניע כעלני אַ מאָל געווען אַ צענטער פֿון די אודמורטער ייִדן, וואָס האָבן גערעדט אודמורטיש־ייִדיש. דער דיאַלעקט האָט אַרײַנגענומען אַ צאָל ווערטער פֿון אודמורטיש און טאָטעריש.

נאַבערעזשניע כעלני, די צווייט גרעסטע שטאָט אין דער טאַטאַרסטאַנער רעפּובליק, איז אַ הצלחהדיקע אינדוסטריעלע שטאָט, וואָס געפֿינט זיך צוויי מיט אַ האַלב שעה פֿון קאַזאַן.

הרבֿ פּאַיִר האָפֿט צו פֿאַרבעסערן די ייִדישע לערן־אַנשטאַלטן; העלפֿן די אָרעמע לײַט און אָרגאַניזירן אַ מנין מיט תּורה־קלאַסן. אַ הויפּטציל איז צוצוציִען די יונגע לײַט און באַקענען זיי מיט די ייִדישע טראַדיציעס.

די ייִדישע קהילה אין נאַבערעזשניע כעלני איז לעצטנס געוואָרן אַ סך מער אַקטיוו ווי פֿריִער, אָרגאַניזירנדיק אַ צאָל אונטערנעמונגען און פֿאַרזאַמלונגען. מע האָט שוין אַפֿילו אָנגעהויבן בויען אַ שיל און אַ ייִדישן קהילה־צענטער.

צו לייענען מער וועגן דעם אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.

To read more about this in English, click here.

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img