Tidbits: Hospice volunteer’s foundation donates grocery gift cards to poor patients

Views:

Tidbits is a Forverts feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief. Listen to the report here:

https://forward.com/wp-content/uploads/2025/07/New-Recording-120.m4a

ווען דזשעף לויִס, אַן 71־יאָריקער ייִד, האָט זיך איבערגעקליבן קיין קאַליפֿאָרניע מער ווי צען יאָר צוריק האָט ער מיטגעבראַכט בערך הונדערט קעסטלעך ביכער.

אַ חבֿר האָט אים געעצהט צו שענקען די ביכער צו אַן אָרטיקער האָספּיץ, „אייטש־אָ־ווי“. האָט לויִס דאָס טאַקע געטאָן. שפּעטער, ווען ער האָט זיך פּענסיאָנירט פֿון זײַן פֿאָטאָגראַפֿיר־געשעפֿט האָט דער זעלבער חבֿר אים געעצהט ווערן אַ וואָלונטיר אין אַ פּראָגראַם בײַ „אייטש־אָ־ווי“, וווּ מע גיט די פּאַציענטן פֿרײַטיק נאָך מיטאָג אַ שטיקל טעם פֿון שבת. דער אײַנפֿאַל איז אים געפֿעלן געוואָרן און ער האָט זיך אָנגעשלאָסן.

יעדן ערבֿ־שבת זיצט לויִס אין צימער מיט די ייִדישע פּאַציענטן און בענטשט פֿאַר זיי שבת־ליכט, מאַכט קידוש און המוציא. אָפֿט מאָל שפּילט ער פֿאַר זיי אַ רעקאָרדירונג פֿון אַן אָרטיקן חזן, טאָד הערצאָג.

אַ סך פֿון די פּאַציענטן קענען נישט קאָמוניקירן. איין מאָל האָט די טאָכטער פֿון אַ פּאַציענט געבעטן לויִס ער זאָל מאַכן די ברכות, כאָטש דער טאַטע איז נישט געווען קיין פֿרומער. ווי נאָר לויִס האָט אָנגעהויבן בענטשן די ליכט האָט דער טאַטע פּלוצלינג געזאָגט: „אוי, אוי, אוי…“ אַ פֿאַרחידושטער האָט לויִס געכאַפּט אַ קוק אויפֿן פּאַציענטס טאָכטער און זיי האָבן ביידע זיך צעלאַכט.

„אַ מאָל רופֿן די פּאַציענטן מיך ׳ראַבײַ׳,“ האָט לויִס געזאָגט. „זאָג איך זיי: ׳ניין, ניין, כ׳בין נישט קיין רבֿ. מע האָט מיך נישט איין מאָל אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער זונטיק־שול!׳“

אינעם זומער פֿון 2017 האָט לויִס זיך דערוווּסט, אַז ער האָט אַ ראַק און האָט דורכגעמאַכט נײַן וואָכן ראַדיאַציע־באַהאַנדלונג. איין מאָל האָט ער, וואַרטנדיק אויף דער באַהאַנדלונג, אויסגעטיילט פּאָנטשקעס צו די אַנדערע פּאַציענטן און באַמערקט אַז עטלעכע פֿון זיי שלינגען די פּאָנטשקעס מיט אַזאַ ברען אַז ס׳איז געווען קלאָר, אַז זיי זענען שטאַרק הונגעריק. אַ קראַנקן־שוועסטער האָט אים געזאָגט אַז אַ טייל פֿון זיי דאַרפֿן טאַקע אויסקלײַבן: אָדער שפּײַז אָדער מעדיקאַמענטן.

האָט לויִס געפֿרעגט די קראַנקן־שוועסטער, ווער פֿון די פּאַציענטן געפֿינט זיך אין אַזאַ ביטערן מצבֿ. האָט זי געוויזן אויף איינעם פֿון זיי. איז לויִס צוגעגאַנגען צום פּאַציענט און אים צוגעזאָגט אַז ער וועט דרײַ וואָכן לאַנג קויפֿן שפּײַז פֿאַר אים. דערנאָך האָט לויִס אָנגעהויבן פּשוט אַוועקגעבן אָרעמע פּאַציענטן מתּנה־קאַרטלעך פֿאַר שפּײַזקראָמען מיט אַ ווערט פֿון 75 דאָלאַר.

זעענדיק אַ גרויס באַדערפֿעניש האָט ער געגרינדעט אַ פֿונדאַציע, וואָס זאַמלט געלט אויף אַזוינע שפּײַזקאַרטלעך. די איניציאַטיוו האָט שטאַרק מצליח געווען. במשך פֿון זיבן יאָר האָט לויִס געשאָנקען אָרעמע פּאַציענטן צען טויזנט שפּײַזקאַרטלעך אַזוינע.

אַ דאַנק דער הצלחה פֿון דער פֿונדאַציע, זענען אַ סך מענטשן גרייט צו געבן אַ בײַשטײַער. ווען איין דאָקטערשע האָט למשל געפֿרעגט לויִסן, ווי אַזוי ער זאַמלט געלט פֿאַר די שפּײַזקאַרטלעך, האָט ער געענטפֿערט, שמייכלענדיק, אַז ער בעט געלט בײַ פֿאַרמעגלעכע דאָקטוירים.

האָט זי אים אויסגעשטעלט אַ טשעק פֿאַר טויזנט דאָלאַר.

צו לייענען מער וועגן דעם אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.

To read more about this in English, click here.

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img