Notice: Function _load_textdomain_just_in_time was called incorrectly. Translation loading for the rocket domain was triggered too early. This is usually an indicator for some code in the plugin or theme running too early. Translations should be loaded at the init action or later. Please see Debugging in WordPress for more information. (This message was added in version 6.7.0.) in /var/www/clients/client1/web56/web/wp-includes/functions.php on line 6114

Notice: Function _load_textdomain_just_in_time was called incorrectly. Translation loading for the wprss domain was triggered too early. This is usually an indicator for some code in the plugin or theme running too early. Translations should be loaded at the init action or later. Please see Debugging in WordPress for more information. (This message was added in version 6.7.0.) in /var/www/clients/client1/web56/web/wp-includes/functions.php on line 6114

Notice: Function _load_textdomain_just_in_time was called incorrectly. Translation loading for the wprss domain was triggered too early. This is usually an indicator for some code in the plugin or theme running too early. Translations should be loaded at the init action or later. Please see Debugging in WordPress for more information. (This message was added in version 6.7.0.) in /var/www/clients/client1/web56/web/wp-includes/functions.php on line 6114

Notice: Function _load_textdomain_just_in_time was called incorrectly. Translation loading for the wprss domain was triggered too early. This is usually an indicator for some code in the plugin or theme running too early. Translations should be loaded at the init action or later. Please see Debugging in WordPress for more information. (This message was added in version 6.7.0.) in /var/www/clients/client1/web56/web/wp-includes/functions.php on line 6114
Two excerpts of Yiddish literature about devastation on Simchat Torah | The jewish world seen by...

Two excerpts of Yiddish literature about devastation on Simchat Torah

Views:

פֿאַראַכטטאָגן איז געװען דער ערשטער יאָרצײַט נאָך די אומגעקומענע בעתן אָנפֿאַל פֿון כאַמאַס אױף די דרומדיקע ייִשובֿים אין מדינת־ישׂראל.

װאָס טוט מען אָבער אַז אַן אָנדענק־טאָג פֿון אַן אומגליק, אַן אָנשיקעניש, פֿאַלט אױס אין אַ יום־טובֿ?

די אָ פֿראַגע איז ייִדן ניט אײן מאָל אױסגעקומען צו באַשײדן. צוררי־יהודים האָבן דאָך אַ טבֿע אָנצופֿאַלן אױף ייִדן דװקא אין אַזעלכע טעג װען ס׳איז אַ מיצווה זיך משׂמח זײַן. אױך דער יום־טובֿ שׂימחת־תּורה איז שױן אַ מאָל פֿאַרשטערט געװאָרן, ניט טרעפֿן זאָל עס.

אַז מע נעמט זיך פּסקענען די שאלה על־פּי דין, װעט מען מסתּמא אַרײַנקוקן אין ספֿרי־הלכה, צו זען װי אַזױ פּוסקים האָבן זיך אַן עצה געגעבן אין אַזעלכע סיטואַציעס. אפֿשר װעט מען ניט נאָר געפֿינען אַן אָנשפּאַר פֿאַרן פּסק אין די שאלות־תּשובֿות פֿון פֿריִערדיקע דורות, נאָר אױך עפּעס דערמונטערונג און אָנהאַלט.

די גמרא גיט אונדז צו װיסן, אין דער מסכתּא ברכות, אַז זינט דעם חורבן־הבית האָט דער רבונו־של־עולם ניט מער װי די ד׳ אַמות פֿון הלכה. אױך פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק זײַנען די ייִדישע דינים און מנהגים אין דער בחינה פֿון אַ מין װױנונג — אַ כּמו־טעריטאָריע, װי ס׳דריקט זיך אױס דער דענקער ברוך ריװקין. בשעת אַ ייִד איז מקיים אַ מיצווה, איז ער זיך מצרף צו אַ מנין פֿון הונדערטער דורות, װײַזט אָן דער שׂרידי־אש, הרבֿ יחיאל יעקבֿ װײַנבערג: ס׳שאַפֿט זיך אַ געמײנדע.

בײַ די הײַנט־װעלטיקע װידער, שרײַבט ריװקין אין 1938, האָט די ייִדישע ליטעראַטור פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון הלכה — װי אַ במקום־רעליגיע.

די װאָס לײענען אױך הײַנט צו טאָג אױף ייִדיש, װעלן אפֿשר װעלן איבערלײענען דװקא אַ ליטעראַרישע שאַפֿונג װאָס האָט אַ שײַכות צום מצבֿ — אַ פֿאַרשטערטער שׂימחת־תּורה — און װאָס זאָגן אַרױס אונדזער צער. דאָ ברענגען מיר פֿאַרן עולם אַ קלײנעם ליטעראַרישן אָפּקלײַב, קלאָגװערטער װאָס דריקן אױס װײטיק, פּנים־אל־פּנים מיט חורבן און בראָך אין פֿריִערדיקע תּקופֿות. 

דאָס ערשטע ברענגען מיר געקירצטע אױסצוגן פֿון אַ דערצײלונג װעגן דעם גירוש פֿון די טשערנאָװיצער ייִדן, װען די רומענער מיט די דײַטשן האָבן זײ אַרױסגעפֿירט פֿון זײער שטאָט און דעפּאָרטירט, בשעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. דער מחבר, ברוך האַגער, אַ שרײַבער פֿון רבייִשן ייִחוס, האָט אַלײן געשטאַמט פֿון דער בוקאָװינע. האַגערס „זכר לחורבן: דער גירוש“ איז געדרוקט געװאָרן אינעם באַנד „גאולה־אומרו“ (בוענאָס־אײַרעס, 1969):

אַן אויסצוג פֿון „זכר לחורבן: דער גירוש“
פֿון ברוך האַגער

פֿון ר׳ חיימלס בית־מדרשל טראָגן זיך אין דער לעצטער צײַט, פֿאַר די לעצטע עטלעכע יאָר, קולות, ביטערע געװײנען מער װי תּמיד, מער װי אין אַלע פֿאַרגאַנגענע, לאַנגע יאָרן.

איבערן קלײנעם שטענדערל מיטן שולעכל, װאָס שטײען נאָך אַלץ, נישט אָנגערירט, אױף זײער אָרט, אַזױ װי ער האָט עס פֿאַרלאָזט, פֿאַר אַריבער ק״ן יאָרן, גיסן זיך אײביק טרערן, קלאָגן אױס ייִדישע קינדער דעם צער פֿון זײערע הערצער.

און ס׳זײַנען אָנגעקומען די צײַטן פֿון ערבֿ־חורבן — פֿון חורבן, אין אונדזער תּקופֿה. דער טױט לאָקערט פֿון אַלע װינקלען, טרעפֿט מיט דער שפּיז װוּהין ער שטרעקט זי נישט אױס. פֿון שטאָט און שטעטלעך, פֿון דער גאַנצער בוקאָװינע, דערגײען פּחדימדיקע בשׂורות. הריגות און פֿאַרפּײַניקונגען אומעטום.

די פֿאָרכטיקע טעג גענענען. ראש־השנה, יום־כּיפּור. טעג פֿון דין און רחמים, װאָס כּבֿיכול זעצט זיך אױף צװײ שטולן, צו מישפּטן גוטס און שלעכטס. די פּײַניקער פֿאַרציִען ענגער די שטריק אַרום דעם געפּײַניקטן ייִדישן לײַב. אָבער ייִדן פֿאַרלירן זיך נישט, שטאַרקן זיך מיט בטחון, דערװאַרטנדיק די הײליקע טעג.

ס׳איז שמיני־עצרת — דער יום־טובֿ פֿון כּולו־שׂימחה. דער פֿרײלעכסטער יום־טובֿ בײַ ייִדן. ס׳װאָלט זיך אױך איצט װעלן משׂמח זײַן, נאָך מער װי אַלע מאָל, װי אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרן. מע װיל זיך פֿאַרגעסן װוּ מען איז אין דער װעלט, פֿאַרטראָגן זיך מיטן געדאַנק װײַט פֿון בולטן. עסן און טרינקען איז פֿאַראַן לרובֿ און מען איז איצטער בחבֿרותא, מיט דער גאַנצער װעלט: ס׳איז איצט נישטאָ קײן חילוקי־דעות און נישט קײן חילוק אין שטאַנד — אײן לײַב, אײן נשמה און אײן גורל.

אָבער ס׳עסט זיך נישט, ס׳טרינקט זיך נישט. ס׳גײט נישט אין האַלדז אַרײַן. די שװערד דעם מלאך־המוות׳ס בליצט פֿאַר די אױגן. שמועות דערטראָגן זיך, װאָס ברעכן אין גאַנצן אײַן און װאָס מע ציטערט מיט די ליפּן אַרױסצורעדן… דעם שׂטן נישט צו עפֿענען דאָס מױל…

צו ר׳ חיימל טשערנאָװיצערס בית־מדרשל קומט זיך, אײן מאָל אין יאָר, שׂימחת־תּורה אױף דער נאַכט, צונױף די שטאָט. פֿון אַלע עקן, פֿון אַלע געגנטן, פֿון די װײַטסטע און פֿאַרװאָרפֿנסטע, שטראָמען מענטשן װי כװאַליעס אױפֿן ים און פֿאַרשװימען דעם גרױסן הױף און די גאַסן אַרום. און ס׳איז אַ שׂימחה, אַ פֿרײד אַזאַ, װאָס נאָר אױף דער אײגענער ערד, בימי־המיקדש, אין ירושלים, האָבן ייִדן אַזעלכעס דערלעבט.

דאָס קומען שׂימחת־תּורה אױף דער נאַכט צום בית־מדרשל ר׳ חיימלס איז אָנגענומען פֿאַר אַ סגולה פֿאַר אַלדאָס גוטס און אױף צו װערן פֿאַרהיטן פֿון אַלדאָס בײז.

דעם איצטיקן שׂימחת־תּורה אױף דער נאַכט האָבן געפֿלײצט מענטשן צו ר׳ חיימלס בית־מדרשל מער נאָך װי אַלע מאָל, מער נאָך װי אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרן. ס׳װיל קײנער נישט פֿאַרפֿעלן. און עס שטראָמען מחנות אַראָפּ דעם באַרג, מחנות אַרױף דעם באַרג, הין און קריק, אַ גאַנצע נאַכט.

שטיל װי אין אַן אָבֿל־הױז דרײען זיך, װי נישט מיט די טריט, נאָר װי געשװעבט איבער דער ערד, פֿאַרװאָרפֿענע קעפּ מיט אױסגעלאָשענע, פֿאַרגליװערטע פּנימער, װי מתים, אַרום דער בימה, אין דער אַלטער שול, נאָך האַלבער נאַכט. מע דרײט זיך הקפֿות אָן אַ ספֿר־תּורה אױף די הענט אַרום אַ באַרג מיט תּורות, אָנגעלײגטע פֿונעם פּאָל ביזן בעליק, צונױפֿגעבראַכטע פֿון אַלע שולן פֿון דער שטאָט אונטער ר׳ חיימס דאַך, און מע כאָרכלט װי מיט איבערגעשניטענע העלדזער:

— אַנא ד׳ הושיעה נא… הצליחה נא…

מזמורים, אָפּגעריסענע פּסוקים פֿון קאַפּיטלעך תּהילים טראָגן זיך װײנענדיק אױפֿן קול. פּיוטים פֿון ימים־נוראימדיקן דאַװנען, פֿון ונתנה תּוקף:

— מי בקיצו… ומי לא בקיצו…

אױך דער מחבר פֿון צװײטן פֿראַגמענט איז אַ ייִד פֿון רומעניע. דער דיכטער לעאָן בערטיש איז געבױרן געװאָרן אינעם שטעטעלע מיהאַלען (הײַנט אין דער רעפּובליק מאָלדאָװע). אין זײַן באַלאַדע (געדרוקט אין 1939) דערצײלט ער פֿון אַ שׂריפֿה, װאָס האָט אין 1934, אום שׂימחת־תּורה, פֿאַרטיליקט די שטעטלשע שול, װוּ דורות ייִדן פֿלעגן דאַװנען, יום־טובֿן און אױסװײנען זײער ביטער האַרץ. בערטישעס ליד איז אַ שטיק אײגנאַרטיקע פּרימיטיװיסטישע ליריק מיט אַ מאָלדאָװיש־ייִדישן טעם. דאָ ברענגען מיר עטלעכע סטראָפֿעס פֿון ערשטן און צװײטן חלק. די באַלאַדע ענדיקט זיך דערנאָך מיט אַ פֿאַנטאַסטישן חלום. נאָר אָנהײבן הײבט זי זיך אָן אָט אַזױ:

די שול
פֿון לעאָן בערטיש

שטילער, שילער… אַלץ מער שטילער…
צוגעמאַכט דאָס לעצטע קלײטל —
קײן נשמה אױף די גאַסן,
און װי טױט דאָס גאַנצע שטעטל.

אײַנגעהילט די נאַכט אין טרױער,
פֿינצטער, מוראדיק און קיל —
אין די שטיבלעך זיצט מען שבֿעה
נאָך די ספֿרים פֿון דער שול.

נאָך דער שול פֿון הונדערט יאָרן,
מיט די װענט פֿון סאָסנע־גלידער,
פֿון די שולן פֿון די אַלטע
װאָס מ׳זעט שױן קײן מאָל װידער.

נאָך דער שול פֿון הונדערט יאָרן,
װאָס מיט טױזנט קלײנע נעסטן
פֿון די שװעלבעלעך װאָס שװיפֿטשען
און װאָס שװעבן און װאָס טרײסטן.

נאָך דער שול פֿון הונדערט יאָרן,
פֿול מיט שײנקײט, פֿול מיט װוּנדער,
װוּ מ׳פֿלעג די חופּה שטעלן,
װוּ ס׳פֿלעגן לערנען קינדער.

אין דעם טאָג פֿון הושענא רבה,
אין דעם יום־טובֿדיקן טאָג,
װי בײַ חורבן בית־מיקדש
װערט אַ שױדער, װערט אַ קלאָג.

מענער, פֿרױען, קלײנע קינדער
אײַנגעהױקערטע אין דרײַען,
לױפֿן װי פֿאַרװוּנדטע חיות
בעטן יאָמערלעך און שרײַען:

„ס׳ברענט די שול, ס׳ברענען ספֿרים“!
יעדעס װאָרט איז פֿול מיט מורא.
„ס׳ברענט די שול, ס׳ברענען ספֿרים“!
אַ ציטערניש, אַ מרה שחורה!

און פֿון שײנעם מקום־קודש,
ספֿרים, פֿרײלעכקײט און רעש
בלײַבט קײן סימן צו דערמאַנען —
ניט קײן סליד, אין גאַנצן אַש!

II.

אַ מעת־לעת שױן נאָך דער שׂרפֿה
און דאָך קײנער קען פֿאַרשטײן:
איז געװען אַ בײזער חלום,
צי אַן אמת דאָס געשען?

יעדעס פּנים איז פֿאַרביטערט,
און פֿאַראומערט און פֿאַרצױגן.
יעדעס האַרץ פֿאַרגיפֿט, פֿאַרשטײנערט
און אַ שאלה אין די אױגן.

אױף דעם מקום פֿון גאָטס נאָמען,
װוּ די שכינה האָט גערוט,
װי אַ נשמהלע — אַ קרבן
שטײַגט אַ רױכל זיך מיד…

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img