VIDEO: A Lag BaOmer greeting from the Lubavitcher Rebbe in 1984 

Views:

ווען דער ליובאַוויטשער רבי מנחם־מענדל שניאורסאָהן האָט נאָך געלעבט פֿלעג מען בײַ חב״ד יעדעס יאָר דורכפֿירן אַ גרויסן פּאַראַד אין ברוקלין לכּבֿוד ל״ג בעומר. אויפֿן פּאַראַד האָט מען געשפּילט הילכיקע מוזיק, דורכגעפֿירט כּמו־מיליטערישע צערעמאָניעס און קינדער האָבן געזאָגט תּהילים אויף אַ קול.

בעת דעם פּאַראַד האָט דער רבי יעדעס יאָר אויך באַגריסט דעם עולם אויף ייִדיש. אין דעם ווײַטערדיקן ווידעאָ פֿונעם פּאַראַד אין 1984 איז די דרשה פֿונעם ליובאַוויטשער רבין געווען געצילעוועט אויף די קינדער און זייערע משפּחות.

צוויי אינטערעסאַנטע זאַכן קען מען באַמערקן אין זײַנע ווערטער. ערשטנס, ווען ער רעדט וועגן די קינדער, דערמאָנט ער סײַ די ייִנגעלעך סײַ די מיידעלעך. בײַ ס׳רובֿ חרדישע עדות מײַדט מען אויס צו דערמאָנען די מיידלעך, צוליב צניעות. דערצו וועט איר באַמערקן אינעם ווידעאָ אַז יענץ יאָר האָט מען אויסגעקליבן אַ מיידל צו זאָגן דאָס קאַפּיטל תּהילים פֿאַרן עולם.

צווייטנס, גיט דער רבי אָנצוהערן וועגן דער פֿאַרשידנאַרטיקייט (אָדער ווי מע זאָגט בלע״ז: diversity) פֿון דער ליובאַוויטשער קהילה. במשך פֿון די 1980ער האָט די חב״ד־באַוועגונג צוגעצויגן אַ סך מער בעלי־תּשובֿה ווי פֿריִער. ס׳קען זײַן אַז טאַקע דערפֿאַר האָט דער רבי געוואָלט באַטאָנען, אַז זייער בײַטראָג צו דער קהילה איז פּונקט אַזוי חשובֿ ווי דער בײַטראָג פֿון די אײַנגעפֿונדעוועטע ליובאַוויטשער משפּחות.

אין זײַן באַגריסונג בײַ דער ל״ג־בעומר־פֿײַערונג, זאָגט דער רבי אַזוי: „דאָס אַליין וואָס קינדער האָבן זיך אַלע צוזאַמענגעקליבן אין אַ גרויסן מספּר, אין אַ גרויסער צאָל, אף־על־פּי וואָס זיי שטאַמען דאָך פֿון פֿאַרשידענע הײַזער און פֿון פֿאַרשידענע עלטערן… זיי האָבן פֿאַרשידענע דעות, פֿאַרשידענע וועלט־אַנשאָונגען, פֿאַרשידענע דרכים, דעם חינוך פֿון די קינדער… פֿון דעסט וועגן, קלײַבט מען זיך אַלע צוזאַמען און מע זיצט אַלע צוזאַמען מיט כּבֿוד זה לזה.“

אָט קענט איר זען אַ חלק פֿונעם רבינס דרשה און עטלעכע הויכפּונקטן פֿונעם פּאַראַד:

צו הערן די גאַנצע ל״ג בעומר־דרשה אויף ייִדיש, גיט אַ קוועטש דאָ.

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img