אַ העלפֿט פֿון די בערך 7,000 שפּראַכן אױף דער ערד זענען אין אַ סכּנה – צוליב אָן אַ שיִער היסטאָרישע אַנטװיקלונגען, בפֿרט קאָלאָניאַליזם, נאַציאָנאַליזם, גענאָציד און גלאָבאַליזאַציע.
דערבײַ װאַקסן דאָמינאַנטע װעלטשפּראַכן װי ענגליש, שפּאַניש און רוסיש אױפֿן חשבון פֿון „לשונותלעך“ װי טלינגיט, קעטשואַ, ראָמיש אָדער בעלאַרוסיש. אַ שפּראַך איז פֿאַרבונדן מיט זכּרון – און אַז מע גיט זי מער נישט איבער ביורשה, װעלן די אײניקלעך מער נישט װיסן פֿון די אַלטע לידער, װערטלעך, מנהגים און קוקװיקלען. בקיצור׃ דאָס פֿאָלק פֿאַרלירט זײַן קולטור.
דאָס אַלץ איז שױן באַקאַנט און אָנגענומען אין דער אינטערנאַציאָנאַלער דיפּלאָמאַטיע, לכל־הפּחות אױף פּאַפּיר. צום בײַשפּיל, די יו־ען האָט באַצייכנט די יאָרן צווישן 2022 און 2032 ווי דער יאָרצענדליק פֿון אײַנגעבױערענע שפּראַכן. דער אײראָפּעיִשער פֿאַראײן האָט שוין געהאַט געחתמעט אַ טשאַרטער פֿאַר רעגיאָנאַלע און מינאָריטעט־שפּראַכן אין 1998. און די פֿאַראײניקטע שטאַטן האָט לעצטנס, סוף־כּל־סוף, עטאַבלירט אַ נאַציאָנאַלן רעסורסן־צענטער צו שטיצן די שפּראַך־בילדונג בײַ אײַנגעבױרענע פֿעלקער – נאָך דעם װאָס די מלוכה האָט כּמעט פֿאַרטיליקט זייערע לשונות, טײלװײַז דורכן אַרײַנשפּאַרן קינדער אין ענגליש־שפּראַכיקע פּאַנסיאָנאַטן.
אין דער שפּראַך־װיסנשאַפֿט דערװײַטערט מען זיך ביסלעכװײַז פֿון דער אַלטער, אַזױ גערופֿענער „פּאַראַשוט־לינגװיסטיק“: פּלוצעם קומען די פֿאָרשער אַרײַן אין דאָרף, אינטערװיויִרן די עלטערע רעדערס פֿון אַ װײניק גערעדטן לשון און פֿאָרן אַוועק. נאָך אַזוינע פֿאַלן האָט מען די רעדערס פֿונעם לשון בכלל נישט געזאָגט, װאָס מע וועט טאָן מיט די רעקאָרדירונגען, די פֿאָלקס־מעשׂיות און די פֿאָרש־רעזולטאַטן. אין תּוך האָבן די לינגוויסטן פּשוט אויסגעניצט די סוביעקטן.
הײַנט ווערן אַזוינע שפּראַך־פֿאָרשונגען אַלץ מער באַגלײט פֿון פּראָגראַמען װאָס שטיצן אונטער די רעדערס פֿון די שפּראַכן, למשל דורכן צושטעלן שפּראַך־מאַטעריאַלן פֿאַר זייערע ייִנגערע דורות. דערצו שטאַמען הײַנט מער פֿאָרשערס אַלײן פֿון יענע ייִשובֿים; דאָס הייסט, זיי זענען „לינגװיסטן פֿון אינעװײניק“.
שפּראַך־אַקטיװיסטן פֿונעם מאַורי־פֿאָלק אין אַאָטעאַראָאַ/נײַ־זעלאַנד האָבן אַנטװיקלט אַ שטאַרק הצלחהדיקן מוסטער פֿאַר אַ שפּראַך־קינדער־גאָרטן אונטערן נאָמען קאָהאַנגאַ רעאָ, אָדער „שפּראַכנעסט“. דעם באַגריף האָט מען שוין אָנגענומען אין האַװאַיִ, צפֿון־אַמעריקע און אַרום דער װעלט. אַ דאַנק לעבעדיקע דיאַלאָג־פּאָדקאַסטן, טעכנאָלאָגישע שותּפֿותן און צוזאַמענפֿאָרן קענען שפּראַך־אַקטיװיסטן פֿון כּלערלײ פֿעלקער הײַנט שמועסן צװישן זיך און זיך טײלן מיט פּראַקטישע עצות.
הגם יעדעס לשון איז אַ װעלט פֿאַר זיך – מיט אײגענע מעלות און חסרונות – קענען שפּראַכפֿאָרשער און אַקטיוויסטן אַ סך זיך אָפּלערנען אײנער פֿונעם צװײטן. אַלעקסאַנדראַ פֿילבין איז אַן עצה־געבערין בײַם אויפֿלעבן שפּראַכן ווי אַ טייל פֿון דער אָרגאַניזאַציע „פּראָיעקט פֿאַר שפּראַכן אין אַ סכּנה“ (ELP) און איז אויך אַן איריש־רעדערין װאָס װױנט אין װאַלענציע, שפּאַניע, וווּ מע רעדט קאַטאַלאַן.
איך האָב אַליין באַשטעלט אַן עצה־סעסיע מיט אַלעקסאַנדראַן לגבי אײגענע ייִדיש־פּראָיעקטן, און אונדזער שמועס איז באַלד פֿאַרוואַנדלט געװאָרן אין אַן אינטערװיו! זי דריקט אױס איר ראָלע אַזױ׃ „אַ מאָל האַלטן מיר [די רעדערס פֿון קלײנע לשונות] אַז מיר זענען אין גאַנצן אָפּגעזינדערט פֿון אַנדערע ציבורס, נאָר באמת ראַנגלען מיר זיך מיט אַ סך פֿון די זעלבע פּראָבלעמען.“
איך האָב זיך אַ סך געלערנט דורך מײַן סעסיע מיט אַלעקסאַנדראַ. איריש און ייִדיש האָבן אַ היפּש ביסל בשותּפֿות, אַרײַנגערעכנט אַ גלאָבאַלן גלות, און בײדע פֿאַרמעסטן זיך קעגן דער העגעמאָניע פֿון ענגליש – כאָטש איריש איז משמעות אַ לאַנדשפּראַך. טײל אירישע איניציאַטיװן, װי די „פּאָפּ־אָפּ גײלטאַכט“-אָװנטן, דער איריש רעדנדיקער שענק אין דובלין און די שפּראַך־זומער־לאַגערן אױף דער פּראָװינץ װאָלטן געקענט אינספּירירן ייִדיש־טוערס.
ס’רובֿ פֿון די רעקאָמענדירטע רעסורסן – למשל, נעצן און שטיצפּראָגראַמען פֿאַר שפּראַך־אױפֿהיט־פּראָיעקטן – זענען דאָך גיכער צוגעשניטן צו אײַנגעבױרענע, אָדער צו רעגיאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן. װאָס טוט מען מיט ייִדיש? ס’איז אַ גלות־שפּראַך, אַ הײמלאָזע „װעלטשפּראַך“, אַ „קולטורשפּראַך“ מיט אַ רײַכער ליטעראַטור, אַ מאַמע־לשון װאָס איז שיִער נישט אױסגעשטאָרבן בײַ ס׳רובֿ „פֿרײַע“ אַשכּנזישע מאַמעס, כאָטש זי שפּרודלט ווײַטער אין די אײַנגעצאַמטע, װאַקסנדיקע חסידישע קרײַזן. נעמענדיק אין אַכט אַז העכער דרײַ טױזנט שפּראַכן זענען שױן אין אַ געפֿערלעכן מצבֿ, צי איז אונדזער סכּנה גענוג ערנסט? איז ייִדיש אפֿשר צו געזונט צו פֿאַרדינען שטיצונג? פֿאַרקערט: צװישן די 28 גלותדיקע ייִדישע שפּראַכן איז ייִדיש דווקא אינעם בעסטן מצבֿ.
„װי אַ פֿאָרשערין פֿון הײַנטיקן ייִדיש בין איך גאָר עלנט בײַ די לינגװיסטישע קאָנפֿערענצן“, זאָגט מאַגאַלי סעסיל בערטראַנד, אַ סאָציאָ־לינגװיסטקע בײַם אוניװערסיטעט פֿון לאָזאַן, שװײץ. זי שרײַבט איר דיסערטאַציע װעגן ייִדיש־זומער־פּראָגראַמען אין אײראָפּע. „די תּלמידים שטאַמען פֿון גאַנץ אײראָפּע, אױסטראַליע, דרום־אַמעריקע, אומעטום… די פֿאָרשערינס פֿון ברעטאָניש אָדער קאָרסיש פֿאַרנעמען זיך בלױז מיט פֿראַנקרײַך.“ אויף דער קומעדיקער ווירטועלער קאָנפֿערענץ פֿון ייִדיש־לימודים, „פֿאַרבינדונגען“, װעט בערטראַנד זיך באַמיִען אָנצוּװענדן אַקטועלע סאָציאָ־לינגװיסטישע באַגריפֿן אױף מקומות פֿון מאָדערנעם „פּאָסט־פּאָסט־װערנאַקולאַרן“ ייִדיש.
וואָס מיינט מען ווען מע זאָגט אַז אַ ייִדיש־סבֿיבֿה איז „פּאָסט־פּאָסט־ווערנאַקולאַר“? פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה איז ייִדיש בײַ ס׳רובֿ אַשכּנזישע ייִדן געװען װערנאַקולאַר — אַ שפּראַך פֿון אַ גאַנץ יאָר. במשך פֿון די לעצטע 40 יאָר שפּילט די שפּראַך בײַ ייִנגערע, װעלטלעכע ייִדן אַ מער סימבאָלישע ראָלע. מיט אַנדערע ווערטער, מע פֿאַרשפּרייט די ייִדיש־קולטור אָבער מע לעבט זיך נישט אויס אויף ייִדיש. דאָס רופֿט מען אָן „פּאָסט־װערנאַקולאַר“. הײַנט ווילן געוויסע שפּראַך־אַקטיװיסטן אױפֿלעבן ייִדיש ווי אַ שפּראַך וואָס מע רעדט, לייענט און שרײַבט, און דװקא בײַ נישט־געבױערענע רעדערס. דאָס רופֿט מען „פּאָסט־פּאָסט־ווערנאַקולאַר.“ אַזעלכע איבעררײַסן און באַמיִונגען זעט מען הײַנט אויך בײַ אַנדערע שפּראַכן.
דער שפּראַך־אַקטיוויסט ראָס פּערלין שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ װיכטיקע בריק צװישן ייִדישלאַנד און דעם ברײטערן שפּראַך־אַקטיװיזם. אין 2010 האָט ער אַרױסגעלאָזט פֿאַרן פֿאָרװערטס אַ װידעאָ־סעריע, „אַ ניו־יאָרקער ייִד אין כינע“. אין אײן װידעאָ האָט ער אָפּגעגעבן אַ באַריכט װעגן דעם מצבֿ פֿון די אָרטיקע לשונותלעך, װעלכע לײַדן אונטער דער שליטה פֿון כּלל־כינעזיש. זינט 2013 איז ער דער מיט־פֿאָרזיצער פֿונעם „בונד פֿון שפּראַכן אין אַ סכּנה“ (ELA), אַן אָרגאַניזאַציע אין ניו־יאָרק וואָס באַזאָרגט שפּראַך־אַקטיװיסטן מיט שטיצע און ערטער אויף זיך צו טרעפֿן. אין ניו־יאָרק קען מען הערן 800 שפּראַכן — צװישן זײ, אױך די היגע אײַנגעבױרענע שפּראַך לענאַפּע און זעלטענע ייִדישע שפּראַכן ווי דזשוהורי, בוכאָרי און ייִדיש־מעדיאַן.
פּערלינס נײַ בוך „שפּראַך־שטאָט. דער קאַמף אױפֿצוהיטן שפּראַכן אין אַ סכּנה אין ניו־יאָרק“, וואָס האָט געוווּנען אַ פּרעמיע פֿון דער בריטישער אַקאַדעמיע און איז געלויבט געוואָרן פֿונעם „ניו־יאָרק טײַמס“ – נעמט אַרײַן קאַפּיטלעך װעגן לענאַפּע, און אַנדערע לשונות ווי סעקע (לכתּחילה פֿון נעפּאַל), כיק (טאַדזשיקיסטאַן), נאַואַטל (מעקסיקע), די מאַנדינג־שפּראַכגרופּע (מערבֿ־אַפֿריקע) – און ייִדיש. ער דערמאָנט „בײנברידזשיװקע“ אין דער בראָנקס װי אַן עקספּערימענט אין שפּראַך־אױפֿלעבונג מיט אַ גרױסער װירקונג אױף דער ייִדיש־װעלט עד־היום. אַ װיכטיקער פּאַרשױן אין דער־אָ ייִדישיסטישער סבֿיבֿה, דער לינגװיסט פּראָפֿ׳ שיקל פֿישמאַן ז״ל, האָט אָבער אױך פֿאַרדינט אַ גרױסע מיצװה דורך זײַן שטיצע פֿון שפּראַכיקער פֿילמיניקײט אין אַלגעמײן, ספּעציעל דורך זײַן גאָר וויכטיק באַנד „צוריקדרײען דעם שפּראַך־בײַט“.
אין מאַרץ װעט פּערלין רעפֿערירן בײַ דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿאַר שפּראַכן־דאָקומענטאַציע און -אױפֿהיטונג אין האַװאַיִ, אַ װעלט־צענטער פֿון שפּראַך־אַקטיװיזם. דאָרט וועט אויך פּרעזענטירן די ייִדישע אַספּיראַנטקע עמאַ ברעסלאָװ, װאָס פֿאָרשט די הײַנטיקע פֿאָנעטיק פֿון ייִדיש. בײַ דער קאָנפֿערענץ װעט ברעסלאָװ פֿירן אַ דיסקוסיע מיט צװײ „לינגװיסטן פֿון אינעװײניק“: אַ רעדערין פֿון מערבֿ־אַרמעניש און אַ רעדער פֿון האַװאַיִיִש. „די דיסקוסיעס לגבי שפּראַך־אױפֿלעבונג שטעלן אָפֿט דעם טראָפּ אױף אײַנגעבױרענע ציבורס“, זאָגט ברעסלאָװ; אַשכּנזים געהערן לאַװ־דװקא צו דעם־אָ מנין. „נאָר צוליב דעם פֿאַרפֿעלן מיר עטלעכע װיכטיקע שמועסן.“
לױט פּערלין האָט שיקל פֿישמאַן פֿאָרגעלייגט אַן אידעאַלע ראָלע פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך: ער האָט געבראַכט די דערפֿאַרונג פֿון דער ייִדיש־װעלט צו אַנדערע שפּראַך־קהילות, און זיך אױך אָפּגעלערנט פֿון זײ. „אַ מאָל טרעפֿן זיך רעדערס פֿון פֿאַרשײדענע שפּראַכן און טײלן זיך מיט סטראַטעגיעס, װאָס קומט זײער צו ניץ“, האָט פּערלין געזאָגט. ס׳איז טאַקע וויכטיק אַז שפּראַך־אַקטיוויסטן זאָלן העלפֿן די אַקטיוויסטן פֿון אַנדערע שפּראַכן, זאָגט ער, „אָבער גלײַכצײַטיק דאַרף מען האָרעװען פֿאַר דער אײגענער שפּראַך.“
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO