אַרי לאָשאַקאָווס קונסטווערק אויף אַ באַנק אין קריין־קאָוו פּאַרק, סאַן־פֿראַנציסקאָ, 2022 Photo by Arianna Cunha
דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.
אין 2020 האָט דער פּאַריזער מוזײ פֿון ייִדישער קונסט און געשיכטע (mahJ) געקױפֿט אַ בילד געמאָלט פֿונעם ייִדיש־שפּראַכיקן מאָלער און גראַפֿיקער ארי לאָשאַקאָװ — װאָס איז אומגעקומען אין פּאַריז אין 1941 בעת דער נאַצי־אָקופּאַציע. אױף װיפֿל דער מוזײ האָט געװוּסט איז דאָס בילד געװען צװישן נאָר אַ הײפֿעלע לאָשאַקאָװס קונסטװערק װאָס האָבן דורכגעמאַכט דעם חורבן.

אָבער הײַיאָר זײַנען קעסטלעך פֿול מיט לאָשאַקאָװס װערק אָנגעקומען אינעם מוזײ — כּמעט 40 מאָלערײַען, צײכענונגען און גראַפֿישע װערק. ער האָט זײ אַלץ געשאַפֿן אין פּאַריז, װוּ ער האָט געװױנט און געאַרבעט פֿון 1920 ביז זײַן פֿריצײַטיקן טױט. די קעסטלעך זײַנען אָבער אָנגעקומען פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ — זעקס טױזנט מײַל פֿון פּאַריז, אין אַ לאַנד װאָס לאָשאַקאָװ האָט קײנמאָל נישט באַזוכט.
פֿאַר וואָס עפּעס סאַן פֿראַציסקאָ? די מעשׂה װאָס פֿאַרבינדט לאָשאַקאָװ, סאַן־פֿראַנציסקאָ און דעם פּאַריזער מוזײ הײבט זיך אָן אין 2022 אין קרײן קאָװ פּאַרק, אינעם קוואַרטאַל פֿונעם סאַן־פֿראַנסיסקער פּאָרט. אײן פֿרימאָרגן האָט אַ פּאַרק־אַרבעטער, דזשערמײן דזשאָסעף, געפֿונען אַ גרופּע פּאָרטרעטן, לאַנדשאַפֿטן און פֿיגור־עטיודן, וואָס ליגן אױף אַ באַנק. ס׳רובֿ זײַנען געװען אײַנגערעמלט, מיט קלעפּצעטלעך אױף די ראַמען אַ פּנים געקויפֿט פֿון אַ קראָם אין הונצװיל, אַלאַבאַמע. די װאָס זײַנען נישט געװען אײַנגערעמלט האָט עמעצער פֿאַרפֿעסטיקט מיט שטײנער כּדי זײ זאָלן נישט אַװעקפֿליִען.
דזשאָסעף האָט דערציילט זײַן בעל־הביתטע, אַריאַנאַ קוניאַ, וועגן דעם. זי האָט די ידיעה איבערגעגעבן דער סאַן־פֿראַנסיסקער פּאָליצײ, טאָמער האָט עמעצער איבערגעלאָזט געגנבֿעטע קונסטווערק אינעם פּאַרק — אַ מעגלעכקייט װאָס די פּאָליצײ האָט באַלד אױסגעשלאָסן.
װען קוניאַ האָט איבערגעקוקט די קונסטװערק, האָט זי אַליין באַמערקט אַז דאָס רובֿ האָבן געהאַט די זעלבע חתימה׃ אַרי אָדער אַרקאַדי לאָשאַקאָװ (מיט לאַטײַנישע אותיות: Lochakow אָדער Lochakov). עטלעכע זײַנען אױך געװען דאַטירט צװישן 1920 און 1941. קוניאַ האָט אָנגעהױבן זוכן אינפֿאָרמאַציע אױף דער אינטערנעץ, און האָט אַנטדעקט אַ קינסטלער מיטן דאָזיקן נאָמען. ער איז געװען אַ מיטגליד פֿון דער École de Paris — אַן אומפֿאָרמעלע גרופּע אױסלענדישע קינסטלערס אין פּאַריז — צװישן די װעלט־מלחמות. ס׳רובֿ מיטגלידער זײַנען געװען ייִדן פֿון מיזרח־אײראָפּע.
כאָטש קוניאַ איז נישט קײן ייִדישקע און האָט נישט קײן הינטערגרונט אין קונסט־געשיכטע, איז זי פֿאַרכאַפּט געװאָרן פֿונעם געפֿינס.
„כ’האָב דערפֿילט ווי דער קינסטלער אַלײן האָט געװאָלט אַז איך זאָל אויסזוכן די ענטפֿערס,“ האָט זי מיר געזאָגט.
אין גיכן האָט זי זיך דערװוּסט, אַז לאָשאַקאָװ איז געבױרן געװאָרן אין 1892 אין בעסאַראַביע בײַ אַ קינסטלערישער ייִדישער משפּחה. אַהרן („אַרי“ אָדער „אַרקאַדי“) האָט זיך געלערנט קונסט אין אָדעס. אין 1920 האָט ער זיך איבערגעקליבן קײן פּאַריז, צוזאַמען מיט זײַן חבֿר דוד קנוט, אַ פּאָעט װאָס האָט שפּעטער געקעמפֿט מיט דער פֿראַנצייזישער רעסיסטאַנס.
אין 1923 האָט לאָשאַקאָװ אױסגעמאָלט קנוטס פּאָרטרעט — דאָס בילד װאָס דער פּאַריזער ייִדישער מוזײ האָט שױן געקױפֿט.
לאָשאַקאָװ איז אומגעקומען אין 1941, אַ פּנים פֿון הונגער בעת דער נאַצי־איקופּאַציע — כאָטש די פּרטים בלײַבן נעפּלדיק. דער ייִדישער שרײַבער הערש פֿענסטער האָט אים אַרײַנגענומען אין זײַן בוך װעגן ייִדישע קינסטלערס אין פּאַריז װאָס זײַנען געפֿאַלן אַ קרבן פֿון נאַציזם. דאָס בוך, וואָס איז אַרויס אין 1951, איז אויף ייִדיש.
קײן װײַב אָדער קינדער האָט לאָשאַקאָװ נישט געהאַט. ער האָט אָבער יאָ געהאַט אַ פּלימעניק, מיכל. דורך דעם דאָזיקן מיכל האָט די זשורנאַליסטקע דזשולי זיגאָריס, פֿון דעם סאַן פֿראַנציסקער סטאַנדאַרד, געפֿונען אַ פֿאַרבינדונג מיט סאַן־פֿראַנציסקאָ.

מסתּמא האָט מיכל אױף אַן אומבאַקאַנטן אופֿן געירשנט אַ טייל פֿון די קונסטװערק פֿון זײַן פֿעטער. שפּעטער האָט מיכלס אַמאָליקע פֿרױ זײ מיטגענומען מיט זיך קײן הונצװיל, אַלאַבאַמע — װוּ, לױט די פֿריער־דערמאָנטע קלעפּצעטלעך אױף די ראַמען, האָט זי זײ אײַנגערעמלט. שפּעטער האָט איר פּלימעניצע, דיאַן, זיך באַזעצט אין סאַן־פֿראַנציסקאָ. דיאַנס חבֿרים האָבן געזאָגט אַז דיאַן האָט אױסגעשטעלט לאָשאַקאָװס װערק בײַ זיך אין דער דירה.
װער אָבער האָט זײ איבערגעלאָזט אױף דער פּאַרק־באַנק? דיאַן איז געשטאָרבן אין 2019 און ס׳איז בכלל נישט קלאָר װער האָט געירשנט די בילדער נאָך איר טױט. צי איז דאָס דער זעלביקער מענטש װאָס האָט זײ איבערגעלאָזט אינעם פּאַרק? אָדער זײַנען די װערק איבערגעגאַנגען פֿון האַנט צו האַנט? פֿאַר װאָס האָט דער „מנדבֿ“ געװאָלט אָדער געדאַרפֿט בלײַבן אַנאָנים? פֿאַר װאָס האָט ער אַזױ פֿאָרזיכטיק אַװעקגעלײגט די קונסט אַנשטאָט זי אַרױסצוּװאַרפֿן? קײן ענטפֿערס האָט מען נאָך נישט געפֿונען.
אױב געוויסע אַספּעקטן פֿון דער געשיכטע פֿון די בילדער בלײַבן אומבאַקאַנט, איז כאָטש זײער צוקונפֿט איצט זיכער. במשך פֿון דער פֿאָרשונג װעגן לאָשאַקאָװ האָט זיך קוניאַ פֿאַרבונדן מיט פּאַסקאַל סאַמועל, די קוראַטאָרשע פֿון מאָדערנער קונסט אינעם פּאַריזער ייִדישן מוזײ. סאַמועל האָט מסכּים געװען אַז דער מוזײ זאָל האַלטן די השגחה איבער די געפֿונענע װערק.
„ס’איז געװען אַ נאַטירלעכער באַשלוס,“ האָט סאַמועל מיר געזאָגט. „פּאַריז איז געװען לאָשאַקאָװס קינסטלערישע הײם. ער איז דאָ געװען אַ טײל פֿון אַ קהילה ייִדישע קינסטלערס. מיר האָבן שױן געהאַט זײַן פּאָרטרעט פֿון דוד קנוט, און האָבן פֿריִער דורכגעפֿירט אַן אױסשטעלונג װעגן הערש פֿענסטער — דער מענטש װאָס האָט געשריבן װעגן לאָשאַקאָװ אין זײַן בוך.“
די דאָזיקע לײזונג פֿרײט קוניאַן זײער. ס’איז איר אָבער נישט געװען גרינג זיך צו געזעגענען מיט די קונסטװערק. אײדער מע האָט זיי איבערגעשיקט קײן פּאַריז, האָט זי מיט דער הילף פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע קוראַטאָרן זײ אױסגעשטעלט פֿאַרן פּובליקום. במשך פֿון פֿיר טעג האָבן מער װי טױזנט סאַן־פֿראַנסיסקערס באַװוּנדערט די קונסטווערק װאָס זענען כאָטש סימבאָליש געװאָרן אַן אייגנטום פֿון זײער שטאָט.
לעצטנס איז קוניאַ געפֿאָרן קײן פּאַריז און האָט איבערגעקוקט די קונסטװערק אינעם ייִדישן מוזײ. דאָרטן האָבן אַ טייל פֿון די מוזײ־געסט זי באַדאַנקט מיט טרערן אין די אױגן.
„זײ האָבן מיך אָנגעכאַפּט בײַ דער האַנט,“ האָט זי געזאָגט. „איך פֿאַרשטײ נישט קײן פֿראַנצײזיש, אָבער װערטער זײַנען נישט געװען נײטיק. דאָס אומקערן זיי אַ טײל פֿון זײער קולטור־ירושה איז צװישן די גרעסטע שׂימחות פֿון מײַן לעבן.“