Yiddish lives in Texas: An unexpected language still rides the bronco

Views:

דער אַמעריקאַנער שטאַט טעקסאַס באַרימט זיך מיט קנאַפּע קלישעען – קאַובױס, ראָדעאָס – נאָר פֿאַקטיש האָט ער אַ לאַנגע געשיכטע פֿון קולטורעלער און שפּראַכלעכער פֿילמיניקײט, אָנהייבנדיק מיט אײַנגעבױרענע לשונות װי קאָמאַנטשע, ליפּאַן־אַפּאַטשע און שפּעטער אַפֿראָ־סעמינאָל־קרעאָלן.

הײַנט רעדן אַ פֿערטל טעקסאַנער שפּאַניש אין דער הײם, װאָס איז מסתּמא נישט קײן חידוש. וואָס איז אָבער יאָ אַ חידוש איז די שפּראַך אױפֿן דריטן אָרט׃ װיעטנאַמיש!

דערצו האָט טעקסאַס אײגענע דיאַלעקטן פֿון דײַטש און טשעכיש. פֿאַרשטײט זיך אַז אַשכּנזים און ייִדיש האָבן דאָרט אױכעט אַ לאַנגע געשיכטע — און אַ לעבעדיקן הײַנט — אינעם שטאַט פֿונעם „עלנטן שטערן“.

פֿאַרבײַ ניו־יאָרק

אין אַ װינקל פֿונעם עלטסטן צװינטער פֿון דער הױפּטשטאָט אָסטין געפֿינט זיך אַ קלײנער בית־עולם. אײן מצבֿה פֿון 1876 האָט אַפֿילו אַן אױפֿשריפֿט אױף ייִדיש! זאַװיל בריליס, געשטאָרבן אין אָט דעם יאָר, האָט געשטאַמט פֿון אַ שטעטל אין מערבֿ־פּרײַסן (איצט צפֿון־פּױלן) און געאַרבעט װי אַ מאַטראַצן־מאַכער אין ניו־יאָרק פֿאַר זײַן אָנקום אין אָסטין.

זאַװיל בריליסעס מצבֿה אינעם ייִדישן אָפּטײל פֿון אָוקװוּוד־צװינטער, אָסטין Image by

די גאָלדענע תּקופֿה פֿון טעקסאַסער ייִדיש האָט זיך אָנגעהױבן אין 1907 מיט אַן איניציאַטיװ צו צעשפּרײטן די אַשכּנזישע אימיגראַנטן נישט נאָר אין ניו־יאָרק, נאָר איבער דער גאָרער „גאָלדענער מדינה“. אָנשטאָט עליס־אײַלאַנד זענען די שיפֿן איצט אָנגעקומען אין גאַלװעסטאָן, טעקסאַס, אַ פּאָרט בײַם מעקסיקאַנער אײַנגאָס („גאָלף אָװ מעקסיקאָ“). לױט דער לעגענדע האָט דער בירגער־מײַסטער פֿון גאַלװעסטאָן האַרציק באַגריסט די ערשטע אָנגעקומענע, אין איינעם מיט זײַן ייִדיש־דאָלמעטשער.

כאָטש ס׳רובֿ אימיגראַנטן זענען באַלד אַריבערגעגאַנגען אויף ענגליש, האָט ייִדיש װײַטער געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע בײַ די ייִדן אין טעקסאַס. אין 1917 האָט די היוסטאָנער ייִדיש־ביבליאָטעק־געזעלשאַפֿט געהאַט מער װי 100 מיטגלידער. אין די 1920ער יאָרן האָט מען אין פֿאָרט װאָרט געדרוקט אַ װאָכנצײַטונג. שרײַבערס װי שלום אַש האָבן רעפֿערירט אין געפּאַקטע זאַלן; טעאַטער־טרופּעס האָבן גאַסטראָלירט. אין סאַן־אַנטאָניאָ האָט אַלכּסנדר זיסקינד הורװיץ איבערגעזעצט דעם חומש מיט ייִדישע גראַמען. און חיה רחל אַנדרעס פֿון דאַלאַס האָט אַרױסגעגעבן איר פּאָעזיע אין אונדזער שפּראַך – אַזש ביז 1990.

די הױפּט־אינסטיטוציע פֿאַר מאַמע־לשון אין טעקסאַס איז געװען דער אַרבעטער־רינג, װאָס האָט געגרינדט נאָכמיטאָג־שולעס פֿאַר קינדער אין פֿיר טעקסאַסער שטעט. לױט דער באַלערנדיקער דיסערטאַציע פֿונעם היסטאָריקער דזשאָש פּאַרשאַל, האָבן די גרינדער געװאָלט איבערגעבן זייערע אַמעריקאַנער קינדער אי זײער לשון אי זײער װעלטלעכע, לינק־געשטימטע ייִדישקײט. די היוסטאָנער שולע האָט געהאַלטן לעקציעס ביז אין די 1950ער יאָרן.

„דער דרום־ראַיאָן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז געװען און בלײַבט אַ פֿעסטונג פֿון פּאָליטישן און קולטורעלן קאָנסערװאַטיזם,“ האָט פּאַרשאַל געשריבן. „די באַפֿעלקערונג איז אָבער נישט איינשטימיק אין דעם פּרט.“ בײַ פּאַרשאַל וואָלט די געשיכטע פֿונעם אַרבעטער־רינג געקאָנט אינספּירירן די הײַנטיקע אַקטיװיסטן און קולטור־טוערס פֿונעם ראַיאָן׃ זײ זענען דאָך טײל פֿון אַ לאַנגער געשיכטע פֿון קולטורעלער פֿילמיניקײט און פֿון קאַמפֿן פֿאַר גערעכטיקייט, גלײַכקייט און זיכערהייט אין די דרום־שטאַטן. דערבײַ קענען זײ זיך פֿאָרשטעלן אַ גאָר אַן אַנדער סאָרט צוקונפֿט פֿאַר דעם ראַיאָן.

ייִדיש אױפֿן קאַמפּוס

אין אָסטין האָב איך דערזען אָט די מעגלעכקײטן מיט די אײגענע אױגן. די נײַע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע בײַם טעקסאַסער אוניװערסיטעט, אַײדריען אײדל סמיט, איז פֿאַרנומען מיט קלאַסן יעדן טאָג. טײל תּלמידים קומען פֿון די פֿיר ייִדישע ברידער־ און שװעסטערשאַפֿטן אויפֿן קאַמפּוס. סמיטס פּענסיאָנירטער פֿאָרגייער, דער פֿאָלקלאָריסט און לידזאַמלער איציק גאָטעסמאַן, אָרגאַניזירט אַ ייִדיש־טיש יעדן פֿרײַטיק אױפֿן קאַמפּוס. אײן זונטיק האָט גאָטעסמאַן פֿאַרבעטן די סבֿיבֿה צו זיך אין דער הײם פֿאַר אַ בשותּפֿותדיק צוגעגרייטע מאָלצײַט אױף מאַמע־לשון. איך האָב זיך געשפּילט אין „ייִדישיסטישער געאָגראַפֿיע“ (לויטן מוסטער פֿונעם שפּיל „ייִדישע געאָגראַפֿיע“) מיט אַכט אָסטינער אײַנוווינער און אַנטדעקט אָן אַ שיעור בשותּפֿותדיקע פֿרײַנד.

יצחק באַשעװיס זינגערס שרײַבטיש, שרײַבמאַשינקע און קאַפּעליוש אין דער אױסשטעלונג בײַם הערי רענסאָם־צענטער, אָסטין. בשעתּו האָט מען דעם שרײַבטיש זעלטן װען דערזען אונטערן באַרג פּאַפּירן Photo by Jake Schneider

די יו־טי־ביבליאָטעק האָט ממש טױזנטער ייִדישע ביכער – אָפּגעקױפֿטע מיט נאַפֿטגעלט, פֿאַרשטײט זיך – אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿונעם לינגוויסט ראָבערט קינג ז״ל. אין 1979 האָט קינג אױך פֿאַרבעטן דעם פֿרישן נאָבעל־פּריז־געװינער יצחק באַשעװיס־זינגערן אױף אַ רעפֿעראַט – און אים פֿאָרגעשטעלט אױף דער בינע מיט אַ לענגערן אַרײַנפֿיר אױף ייִדיש! נאָך באַשעװיסעס פּטירה האָט דער הערי־רענסאָם־צענטער, אַן אַרכיװ בײַם אוניװערסיטעט, װײַטער אָפּגעקױפֿט 177 קאַסטנס פֿון דעם מחברס פּאַפּירן כּדי זײ אױפֿצוהיטן פֿאַר צוקונפֿטדיקע פֿאָרשערס (װעלכע קענען אַפּליקירן אױף פֿאָרש־סטיפּענדיעס).

ייִדישע שפּראַכלעקציעס גיט אױך אַלאַן אַבֿרהם־מיכל אַסטראָ אין טריניטי קאָלעדזש אין סאַן אַנטאָניאָ, און דער אָסטינער אַבֿי בליץ אָנלײַן. בײַ רײַס־אוניװערסיטעט האָט מען עטאַבלירט אַן אַרכיװ דװקא װעגן ייִדן אין דרום־טעקסאַס (אַרײַנגערעכנט דער שפּראַך־געשיכטע). אין אַרכיװ בלײַבן די מאַטעריאַלן אױך אין זיכערע באַדינגונגען, טאָמער קומט חלילה אַ הוראַגאַן.

דאַלאַס האָט די גרעסטע חרדישע, מערסטנס ישיבֿישע קהילה; דאָס ייִדישע לשון רעדט מען אָבער בעיקר אין געצײלטע חב״ד־משפּחות. דער רעפֿאָרמירטער ייִד דוד קאַץ (אַן אַמאָליקער תּלמיד פֿונעם באַקאַנטן לינגװיסט מיטן זעלבן נאָמען) איז דער פֿאָרזיצער פֿון דער אָרגאַניזאַציע טעקסאַס־ייִדיש פֿאַר װעלכן ער זעצט איבער אַלטע כּתבֿ־ידן און אַרטיקלען װאָס אַנטפּלעקן פֿאַרגעסענע געשיכטעס. אַחוץ דעם גיט ער לעקציעס און אָרגאַניזירט אַ „שמועס־שעה“ אין אַ מושבֿ־זקנים. דאָרט מוטיקט ער די אָנטײלנעמערס צו ניצן די שפּראַך מיט די אײניקלעך. „ייִדיש לעבט אין טעקסאַס,“ עקשנט ער זיך – כאָטש אין זײַן טעמפּל פֿילט ער זיך אַ ביסל עלנט מיט אַזאַ קוקװינקל.

איציק גאָטעסמאַן מיט אָסטינער פֿרײַנד פֿון ייִדיש בײַ אַ פֿאַרברענג אין פֿעברואַר 2025 Photo by Jake Schneider

„איך שעפּ נחת פֿון מײַנע קינדער און אײניקלעך“

אין היוסטאָן, פֿאַרקערט, געפֿינט זיך די לעבעדיקסטע ייִדישיסטישע סבֿיבֿה אין הײַנטיקן טעקסאַס׃ דער „ייִדיש־װינקל“, װאָס טרעפֿט זיך שוין דרײַסיק יאָר לאַנג בײַ מיטגלידער אין דער הײם, װי אױך אינעם קהילה־צענטער (דעם „דזשײ“). זינט דער קאָוויד־מגפֿה טרעפֿט מען זיך יעדן דינסטיק־פֿרימאָרגן אױף זום. דאָס דיגיטאַלע טרעפֿאָרט האָט אַרײַנגעצױגן נײַע מיטגלידער פֿון קענטאָקי ביז פּאַריז.

דעם 4טן פֿעברואַר זענען בײַגעווען 30 מענטשן, מערסטנס פּענסיאָנירטע װאָס האָבן צײַט בײַטאָג. קודם האָבן מיר זיך צוגעהערט צו אַ זינגליד און יעדער אײנער האָט איבערגעזעצט אַ פּאָר שורות אױף ענגליש – מיט געלעכטער מכּוח די גראָבע אָנצוהערענישן. אין דער צװײטער העלפֿט האָט מען געלײענט צוזאַמען אַ טעקסט. באַלד נאָך דער פּרעזידענטישער אײַנשװערונג האָט זיך באַשעװיסעס אַ כעלמער מעשׂה באַװיזן װי גאָר אַקטועל. אײן פֿרױ האָט פֿאַרטײַטשט דאָס װאָרט „געזעץ“ מיט „עקזעקוטיװער באַפֿעל“. רעדן רעדט זיך בײַ די טרעפֿונגען אױף ענגליש, אָבער מע פֿאַרשטײט ייִדיש אױף אַ הױכן ניװאָ.

דער ייִדיש־װינקל אַראַנזשירט צװײ כּסדרדיקע אונטערנעמונגען אַ יאָר: אַ דריטן סדר מיט אַן אײגענער הגדה און אַ פֿאָרלײענונג לכּבֿוד שלום־עליכמס יאָרצײַט.

איך האָב געבעטן אַן אינטערװיו בײַ אײן אָרגאַניזאַטאָרשע, בעװערלי סופֿיאַן, און באַלד פֿאַרשטאַנען אַז אָרגאַניזירן דעם ייִדיש־װינקל איז אַ קאָלעקטיװע עובֿדה – און אַ מאַטריאַרכאַט! נישט ווייניקער ווי זעקס פֿרױען האָבן זיך באַװיזן אויפֿן זום־אינטערװיו. הגם מענער װי דער איבערזעצער מאָריס װאָלפֿטאַל שפּילן אויך צענטראַלע ראָלעס, איז קלאָר אַז פֿרויען פֿירן דאָס רעדל — אַ זעלטנהײט, צום באַדױערן, אין דער ייִדיש־װעלט.

אָט זענען בלױז אַ טײל פֿון די אמהות אין דער געשיכטע פֿון היוסטאָנער ייִדיש׃ פֿרידאַ װינער ז״ל (1888–1990), אַ געבױרענע אין אוקראַיִנע, געװױנט אין טעקסאַס זינט 1915, אַקטיװ אינעם אַרבעטער־רינג צוזאַמען מיט הענריעטאַ בעל (געב׳ 1922, ביז 2042). צו נײַנציק יאָר האָט װינער נאָך אַלץ אָנגעפֿירט מיט אַ װאָכיקער „ייִדיש־שטונדע“. אין די סוף 70ער יאָרן איז סוזען גאַנץ, דעמאָלט אַן עפּעס־און־פֿערציק־יאָריקע פֿאָלקזינגערין, געװאָרן װינערס אַ חסידה און מיטגעגרינדט דעם ייִדיש־װינקל. מיט צװאַנציק יאָר שפּעטער האָט באַרבאַראַ גאָלדשטײן לאַנצירט דאָס נײַעס־בלעטל „אױפֿן באַיו“ װאָס מע שיקט עד־היום רעגלמעסיק דורך בליצפּאָסט. װען סוזען גאַנץ האָט זיך איבערגעצױגן קײן פֿלאָרידע, האָט מינה גראַור, אַ פֿאָרשערין פֿון אַנאַרכיזם, געירשנט דאָס אַחריות; זי פֿירט נאָך אָן מיט די טרעפֿונגען יעדן דינסטיק.

„איך שעפּ נחת פֿון מײנע ׳קינדער׳ און ׳אײניקלעך׳,“ האָט סוזען גאַנץ געקװעלט.

ייִדישע ביכער אין דער פּערי־קאַסטאַניעדאַ ביבליאָטעק, טעקסאַסער אוניװערסיטעט, אָסטין Photo by Jake Schneider

„אַ האָפֿענונג פֿאַר דער צוקונפֿט“

כּדי ממשיך צו זײַן די גאָלדענע קײט, האַלטן געוויסע ייִדיש־אַקטיוויסטן דאָ אַז די סבֿיבֿה וועט דאַרפֿן אָרגאַניזירן מער אַקטיװיטעטן מחוץ די נאָרמאַלע אַרבעט־שעהען, כּדי צוצוציִען מער מענטשן. פּונקט דערפֿאַר האָט זיך דער ייִדיש־װינקל אָנגעהױבן׃ די פּענסיאָנירטע אין פֿרידאַ װינערס „ייִדיש־שטונדע“ פֿלעגן זיך טרעפֿן מאָנטיק בײַטאָג, װען דאָס יונגװאַרג איז געווען בײַ דער אַרבעט. האָט דער היוסטאָנער מײַקל מאָר (קײן שײַכות נישט צום פֿילמאָגראַף) איניציִיִרט אַן אָװנט־פּראָגראַם מיט לעקציעס און פֿילם־װײַזונגען אונטערן נאָמען „ייִדיש בײַנאַכט“. די־אָ אָװנטן האָט מען אָבער, צום באַדויערן, אָפּגעשטעלט בעת קאָװיד.

די ייִנגסטע פֿרױ בײַם אינטערװיו, דנה יודאָוויטש קאַץ, איז דערצויגן געוואָרן אין היוסטאָן. אירע עלטערן, פֿון דער שטאָט מעקסיקע, האָבן גערעדט סײַ שפּאַניש, סײַ ייִדיש אין דער הײם. קאַץ ברענגט מיט אירע קינדער צו די אונטערנעמונגען. לעצטנס איז זי אױכעט געוואָרן אַ ייִדיש־לערערין פֿאַר צענערלינגען דורך דער פּראָגראַם „קהילה הײַ“. טאַקע אינטערעסאַנט וואָס הגם דער אַרבעטער־רינג איז שוין פֿון לאַנג נישט אַקטיוו אין היוסטאָן, געפֿינט זיך איצט אין דער שטאָט  — 70 יאָר שפּעטער — אַ נײַע נאָכמיטאָג־שולע.

דנה יודאָוויטשעס קינדער (פֿון רעכטס) קאַרלי קאַץ, עני קאַץ און דוד קאַץ פֿירן אַ ייִדיש־זינגערײַ נאָכן שלום־עליכם־אָנדענק בײַם מערפֿיש־צענטער אינעם „דזשײ“, 2019 Photo by Jake Schneider

נאָכן אינטערװיו האָט מיר באַרבאַראַ גאָלדשטײן אָפּגעשיקט אַ צוגאָב־בליצבריװ׃ „אין היוסטאָן האָבן מיר אַ גרױסן מזל׃ במשך פֿון עטלעכע דורות האָבן מענטשן איבערגענומען די לײצעס כּדי צו פֿאַרשפּרײטן דאָס װיסן װעגן ייִדישער שפּראַך און קולטור. אונדזער האָפֿענונג פֿאַר דער צוקונפֿט ליגט בײַ דנה יודאָװיטש קאַצן אין די הענט!“

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

La source de cet article se trouve sur ce site

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here

SHARE:

spot_imgspot_img