דעם 7טן אָקטאָבער 2023 האָט פֿרידע קרישטאָל גולן דערהערט אַ שיסערײַ אין איר קיבוץ, כּפֿר עזה, וואָס האָט געקלונגען גאָר אַנדערש פֿון פֿריִערדיקע שיסערײַען וואָס זי האָט געהערט.
זי מיט איר מאַן האָבן זיך תּיכּף פֿאַרשלאָסן אינעם זיכערהייט־צימער, ביז אַ גרופּע צה״ל־סאָלדאַטן האָבן זיי אַרויסגעפֿירט פֿון קיבוץ. פֿריידעס זון און זײַן משפּחה זענען אָבער שווער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, נאָך דעם ווי די טעראָריסטן האָבן פֿאַרברענט זייער שטוב, האָט מען זיי אַריבערגעפֿירט אינעם שפּיטאָל „תּל השומר“.
הײַנט וווינט פֿרידע מיט די אַנדערע מיטגלידער פֿון כּפֿר עזה אין קיבוץ שפֿיים, וואַרטנדיק מע זאָל זייערע שטיבער אויפֿריכטן.
די וואָך האָט בית־לייוויק אין תּל־אָבֿיבֿ געמאָלדן, אַז פֿרידע גולן רעדן אויף ייִדיש וועגן די געשעענישן אין איר קיבוץ דעם 7טן אָקטאָבער און וועגן איר לעבן נאָך דעם, מאָנטיק, דעם 4טן נאָוועמבער, 11 אַ זייגער אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט. דער שמועס וועט טאַקע פֿאָרקומען אין לייוויק־הויז אין תּל־אָבֿיבֿ, אָבער מע וועט אים גלײַכצײַטיק טראַנסמיטירן דורך זום.
דער אַרײַנטריט איז פֿרײַ און אַלע זענען פֿאַרבעטן. מע מוז זיך אָבער פֿאַרשרײַבן אין פֿאָרויס. כּדי זיך צו רעגיסטרירן אויף דער אונטערנעמונג, גיט אַ קוועטש דאָ.
פֿרידע קרישטאָל גולן איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין מעקסיקע, אַ קינד פֿון פּויליש־ייִדישע עלטערן. די עלטסטע פֿון דרײַ טעכטער, האָט זי זיך געלערנט אין דער „ייִדישער שול אין מעקסיקע“.
נאָכן פֿאַרענדיקן די שול איז זי אַוועק שטודירן אין ירושלים און חתונה געהאַט מיט אַ קיבוצניק, יוסי גולן. זינט 1976 וווינען זיי אין כּפֿר עזה. זיי האָבן פֿינף קינדער.
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor