גענאַדי עסטרײַך רעדט וועגן ביראָבידזשאַן אין דײַטשישן אוניווערסיטעט, מינכן Photo by Thomas Hauzenberger
אַ רעפֿעראַט אין גאַנצן אויף ייִדיש אין דײַטשישן אוניווערסיטעט אין צענטער מינכן? דאַכט זיך, אַ ווילדער אײַנפֿאַל. אמת, אַ רעדנער קען מען געפֿינען און ברענגען קיין בײַערן, אָבער וווּ נעמט מען דעם עולם? סוף יוני האָט זיך אָבער אויסגעוויזן אַז דער אײַנפֿאַל איז דווקא געווען אַ געראָטענער: אַרום 70 מענטשן זענען געקומען און נאָך עטלעכע צענדלידער האָבן זיך צוגעהערט דורך דער אינטערנעץ צו אַ לעקציע וועגן ביראָבידזשאַן, געהאַלטן פֿונעם ייִדישן היסטאָריקער גענאַדי עסטרײַך.
אָט די טראַדיציע — אַ יחיד־במינודיקע אין דײַטשלאַנד — דורכצופֿירן אַן עפֿנטלעכע לעקציע אויף ייִדיש אין מינכנער אוניווערסיטעט האָט די לאַנגאָניקע ייִדיש־לערערין עוויטאַ וויעצקי, ז״ל, אײַנגעפֿירט נאָך אין יאָר 2011. זינט דעמאָלט קומט דער רעפֿעראַט פֿאָר אַלע יאָר מיט דער ברייטהאַרציקער שטיצע פֿון קולטור־צענטער פֿון דער ייִדישער קהילה בראָש מיט עלען פּרעסער. יאָר־אײַן, יאָר־אויס האָט עוויטאַ וויעצקי פֿאַרבעטן מומחים אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור קיין מינכן, צו האַלטן אַ לעקציע און דורכצופֿירן אַ סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערנערס.
נאָך עוויטאַס פּלוצעמדיקן טויט אין 2022 איז הײַיאָר אויף מיר געפֿאַלן דער כּבֿוד אײַנצוסדרן אין די צימערן פֿון אוניווערסיטעט אַ ייִדיש־לעקציע — וואָס טראָגט איצט דעם נאָמען „שלום־עליכם־לעקציע אין אָנדענק פֿון עוויטאַ וויעצקי“ און איז הײַיאָר געווידמעט געוואָרן דעם אָנדענק פֿון פֿייגעלע (פֿעלאַ) און יצחק (יסידאָר) פּרעסער, ז״ל.
גענאַדי עסטרײַך איז נאָך ניט געווען אויף דער רשימה שלום־עליכם־לעקטאָרס, אָבער אין מינכן האָט ער שוין יאָ געהאַט אויפֿגעטראָטן. מסתּמא איז ער דאָס געווען דאָס ערשטע שוועלבעלע און עוויטאַס אינספּיראַציע צו אָרגאַניזירן אַ יערלעכן רעפֿעראַט אין גאַנצן אויף ייִדיש. עסטרײַך איז אויפֿגעטראָטן אין מינכן אין 2010 — אַ סבֿרא אַז דער רעפֿעראַט האָט אויסגענומען בײַם עולם, און דאָס האָט שוין דערמעגלעכט, מע זאָל פֿאַרוואַנדלען אַן איינמאָליקן אויפֿטריט אין אַ סעריע לעקציעס.
דאָס מאָל האָט גענאַדי עסטרײַך גערעדט וועגן דעם ביראָבידזשאַנער פּראָיעקט פֿון אַ ייִדישער רעפּובליק אין סאָוועטישן ווײַטן מיזרח — אַ טעמע וואָס איז כּמעט ווי אומבאַקאַנט די מערבֿ־אייראָפּעיִשע צוהערערס. דער רעדנער — וואָס האָט אַגבֿ לעצטנס אָנגעשריבן אַ בוך וועגן ביראָבידזשאַן — האָט פּרטימדיק דערקלערט פֿון וואַנען עס האָט זיך גענומען אין די 1920ער יאָרן דער געדאַנק פֿון אַ ייִדישן ראַיאָן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד; ווי אַזוי עס האָט אויסגעזען אויף דער וואָר און פֿאַר וואָס עס האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם פֿון דעם גאַנצן ענין ביראָבידזשאַן, נישט געקוקט אויפֿן אָפֿיציעלן סטאַטוס פֿון אַ ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט זינט 1934. קיין רעפּובליק איז דערפֿון ניט געוואָרן. אין הײַנטיקן רוסלאַנד איז פֿאַרבליבן אַ ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט כּמעט ווי אָן ייִדן, בלויז מיט שפּורעלעך ייִדישע קולטור.
און דער עולם? מינכן האָט אַן אייגענע, ניט־פּשוטע, שיינע און טרויעריקע געשיכטע מיט ייִדיש, ווײַל עטלעכע פֿון די לעבן געבליבענע, וואָס זענען נאָך דער מלחמה אָנגעקומען אין די די־פּי־לאַגערן, זענען שוין פֿאַרבליבן אין בײַערן. ביז הײַנט קענען ניט ווייניק קהילה־מיטגלידער, קינדער פֿון די לעבן געבליבענע, פֿאַרשטיין און רעדן ייִדיש. ס׳רובֿ פֿון זיי רעדן ייִדיש גאָר זעלטן און נאָר אין געוויסע קרײַזן, אַזוי אַז אַפֿילו אין זייערע משפּחות איז דײַטש געוואָרן די הויפּטשפּראַך. אַן אַקאַדעמישער רעפֿעראַט אויף ייִדיש איז פֿאַר זיי אַ זעלטענער פֿאַרגעניגן, און פֿאַר עטלעכע אַזעלכע ייִדיש־רעדער איז עסטרײַכס רעפֿעראַט געווען די ערשטע לעקציע אויף ייִדיש אין זייער גאַנץ לעבן.
עלי טײַכער, וואָס איז טאַקע ניט צום ערשטן מאָל בײַגעווען אויף אַזאַ אונטערנעמונג, האַלט אַז עס בלײַבט אַלע מאָל אַ טיפֿע איבערלעבונג, אי צוליב דער שפּראַך, וואָס מיט איר איז ער אויפֿגעוואַקסן, אי צוליב די רעדנערס וואָס אַיעדערער פֿון זיי האָט אַ באַזונדערע געשיכטע און אַן אייגענעם וועג צו ייִדיש. ער שאַצט אָפּ די מעגלעכקייט צו הערן פֿאַרשיידענע „ייִדישן“ און זיך צו לערנען וועגן אַלץ נײַע טעמעס און מענטשן.
בכלל האָט דער רעפֿערענט אויסגענומען בײַם עולם: אַ צאָל מענטשן האָבן אונטערגעשטראָכן עסטרײַכס פֿעיִקייט צו רעדן פֿרײַ, זײַן דערציילן אויף אַ לעבעדיקן אופֿן, אַז מע זאָל זען די בילדער פֿאַר די אויגן. אַזאַ פֿעיִקייט איז אַוודאי געקומען צו ניץ אַזעלכע וואָס האָבן זיך נאָך ניט געלערנט קיין ייִדיש און זענען דאָס ערשטע מאָל געקומען אויף אַזאַ אָוונט — זיי זענען געווען ניט ווייניק. די נײַע געסט האָבן זיך דערוווּסט וועגן דעם רעפֿעראַט כּמעט ווי צופֿעליק, דורך אַ רעקלאַמע צי חבֿרים, און געקומען זיך אײַנהערן.
דער סטודענט פֿלאָריאַן זײַוואַלד מיינט אַז ער האָט פֿאַרשטאַנען אַ סך מחמת דעם קלאָרן אַרויסרייד, אָבער ניט נאָר אַ דאַנק דעם: ער האָט אויך געהערט געוויסע ענלעכקייטן צווישן ייִדיש און זײַן היימישן דיאַלעקט פֿון דײַטש. הערן אַ גאַנצן רעפֿעראַט אויף ייִדיש איז ניט געווען גרינג, אָבער די פֿאַרכאַפּנדיקע טעמע האָט עס געמאַכט לײַכטער, און דער רעפֿעראַט האָט פֿאַרשטאַרקט פֿלאָריאַנס אינטערעס צו ייִדיש.
אַנדערע צוהערערס האָבן זיך באַזונדער אָפּגעשטעלט אויף דער אומגעוויינטלעכער אַטמאָספֿער: „איך האָב זיך אײַנגעטונקען אין דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט, ניט פֿאַרלאָזנדיק מיין געוויינטלעכע אוניווערסיטעט־סבֿיבֿה,“ — האָט געזאָגט עליִאַס אורעמאָוויטש, אַ סטודענט פֿון געשיכטע. „עס איז מיר קלאָר געוואָרן, ווי אַזוי די בשותּפֿותדיקע שפּראַך האָט פֿאַרבונדן דעם רעפֿערענט און דעם עולם, ניט אויסשליסנדיק דערבײַ מיך ווײַל איך רעד בלויז דײַטש.“
פֿאַר עליִאַסן — און לאָמיר האָפֿן פֿאַר אַ סך אַנדערע — איז דאָס געווען אַן איבערלעבונג וואָס ער וועט געדענקען: „עס איז געווען גאָר שיין צו זען, ווי, הערנדיק דעם קלאַנג פֿון דער ייִדישער שפּראַך, זענען ליכטיק געוואָרן אַלע אויגן אין זאַל און מיט וואָסער ליבשאַפֿט מע באַגייט זיך צומיט דער שפּראַך.“ — מיר ווי אַן אָרגאַניזאַטאָרשע איז עס אַ גרויס פֿאַרגעניגן אַז אַ „דרויסנדיקער“ צוהערער, ווי אורעמאָוויטש באַצייכנט זיך אַליין, זאָל האָבן אַזאַ אײַנדרוק פֿונעם אָוונט. דאַכט זיך, ער האָט געכאַפּט דעם עיקר: ייִדיש איז אַ שפּראַך וואָס אין איר איז אַלץ מעגלעך, אויך אַקאַדעמישע וויסנשאַפֿט — אַקעגן דעם פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ אַז דאָס איז אַ שפּראַך פֿון ליד און הומאָר; אָבער אַחוץ דעם איז דאָס אַ שפּראַך וואָס דערוועקט אין אירע רעדערס, סײַ אַזעלכע וואָס רעדן זי פֿון דער היים, סיי אַזעלכע וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט — גרויס וואַרעמקייט און ליבשאַפֿט.